יי דיש לאָדוש 103 לעכט א בוך אין פּויליש א"נ; ,ארץ ישראל" אין וועלכן ס'איז פאַרצייכנט די געאָנראַפיע און א קורצע נעשיכטע פון דער יירישער קאָלאָניזאציע אין דער דעמאָלטיקער פּאַלעסטינע. דער צעטראל-קאָמיטעט פון , איחוד" האָט ארויסנעגעבן כמעט אין דער זעלבער צייט , די געשיכטע פון ציוניזם", באַאַרבעט פון יעקב צינעמאַן. קרן-קימת און קרן-היסוד האָבן באַנייט זייער טעטיקייט כמעט אזוי פרי, װוי נאָר ס'האָבן אויפגעהערט די קרינס-אָפּע- ראַציעס. ביידע אָרנאַניזאציעס האָבן געהאָט זייער זיץ-אָרט אין לאָדזש ביז די לעצטע טעג פון זייער עקזיסטענץ אין פּולן, דער פֿעקרעטאַר פון צענטראלן ביוראָ פון קרן-קימת איז געווען דער טוער פון השומר הצעיר ר. צעדערבוים (אַרצי -- היינט א מיטנליד פון כנסת). כאָטש די יידישע באַפעלקערונג אין פּױלן איז געווען פאראָרעמט, דאָך האָבן ביידע אינסטיטוציעס בא- וויזן אויפצוזאמלען א באַדייטנדע סומע אין משך פון זייער עקזיסטענץ,
נישט קיין סך מענטשן וייסן און געדענקען, אז אין לאָדזש, לויט דער איניציאַטיוו פון ד"ר משה מאַזור (מיט א צייט צוריק געשטאָרבן אין ישראל, װוּ ער איז געווען אַ באַ- קאַנטער דאָקטאָר-פּסיכיאַטאָר) האָט זיך נעגרינדעט אַן אִפּ- טיילונג: פריינד פון העברעישן אוניווערסיטעט אין ירושלים. צום קאָמיטעט האָבן געהערט אָנערקענטע פאָרשטייער פון דער קונסט און ויסנשאַפט, וי יוליאַן טובים און פּראָפ. שאַף. דער קאָמיטעט האָט צוזאַמענגענומען א צאָל ביכער, וועלכע מען האָט איבערנעשיקט צום ירושלימער אוניווערסיטעט. ;װויזאָ? --- האָט אויך באַנייט איר טעטיקייט נאָכן קריג, אין די ראַמען פון דער ציוניסטישער אָרגאַניזאציע ,איחור". צּ אין משך פון די ערשטע נאָך-מלחמה יאָרן האָבן לאָדזש באַזוכט א ריי אָנגעזעענע פּאָליטישע פּערזענלעכקייטן װי יצחק גרינבוים, ד"ר מאַרנאַשעס, יעקב פּאַט, יעקב זרובבל און חיים וואסער, די באַזוכן האָכבן אויך געגעבן א געלעגנהייט איינצואָר- דענען פּאָליטישע מיטינגען. די מיטיננען זענען מערסטנטייל פאָרגעקומען אין קינאָ,װלוקניאַזש? אויף זאַװאַדזסע גאַס. כאָטש די צאָל יידן אין לאָדזש איז געווען א מיקראָסקאָפּיש קליינע, אין פאַרגלייך מיט דער באַפעלקערונג פון פארן קריג, פונדעסטוועגן איז דער גרויסער זאל פון קינאָ תמיד געווען פול,
איינע פון די וויכטיקסטע פּאַליטישע געשעענישן אין לאָדזש נאָכן קרינ, איז געווען דער באַזוך פון דער ענגליש- אַמעריקאַנער קאמיסיע, דער סוף פון דער מלחמה האָט געטראָפן צענדליקער טויזנטער יידן אין דייטשע לאַגערן. די מערהייט פון זיי האָם זיך נישט געװאָלט צוריקקערן אין די לענדער פון זייער אִפּי שטאַם, און די טויערן פון פּאַלעסטינע זענען געווען פאַרמאַכט. אין די שפּעטערדיקע יאָרן, נישט געקוקט אויף דער אוכר לענאַלער עליה קיין פּאַלעסטינע, האָט זיך דער פּראָבלעם פאַרשאַרפט. די לאַגערן אין דייטשלאַנד אָנשטאָט זיך אויסליידיקן האָבן זיך פארגרעסערט. טויזנטער יידן פון פּױלן און אַנדערע לענדער האָבן זיך געריסן קיין ארץ-דישראל איבער דייטשלאַנד. אין סעפּטעמבער 1948 האָט פּרעזידענט טרומאַן באַקומען א ראַפּאָרט פון אייראָפּע: ,הונדערט טויזנט מלוכהלאָזע יידן געפינען זיך נאָך אלץ הינטער די דראָטן אין נישט סאַניטאַרע און איבערגעפולטע לאַנערן".
פּרעזידענט טרומאן האָט אויסגעאיבט א דרוק אויפן דעמאַלטדיקן עננלישן פּרעמיער עטלי, אז מען זאָל זיי וי אַמ- שנעלסטן עואקואירן קיין פּאַלעסטינע. די ענגלישע רעגירונג האָט זיך קעננגעשטעלט, אָבער -- וועלנדיק פארציען דעם ענין איז זי מסכים געווען צונויפרופן א קאָמיסיע אין צוזאמענ- שטעל פון 6 עננלענדער און 6 אַמעריקאַנער. דער אויסערן- מיניסטער בעווין האָט נעגעבן א פייערלעכן צזאָג, אן די פאָרשלאַגן פון דער קאָמיסיע, אויב זיי וועלן זיין איינשטי- מיקע --- ועלן זיי ווערן אָנגענומען דורך דער ענגלישער רעגירונג. די קאָמיסיע -- באַקאַנט אונטערן פּאָפּולערן נאָמען, די ענגליש-אמעריקאנער קאָמיסיע", האָט געפאָרשט די באַ- דינגונגען אין פּאַלעסטינע און אין די דייטשע לאַגערן. זי איז אויך געקומען קיין פּױלן, און פאַרשטענדלעך --- קיין לאָרזש, װוּ דער דער גרעסטער יידישער ישוב אין פּױלן האָט זיך געפונען. די נייס, אז מען דערװאַרט די קאָמיסיע אין לאָדזש, איז דורכגעלאָפן איבער לאָדזש װי א בליץ. דאָס איז געווען א פריליננדיקער טאָג פון יאָר 1946. דער לאָדזשער יידישער קאָמיטעט האָט געפירט איינע פון זיינע פּלענאַרע זיצונגען, כדי צו דעצידירן וועגן דעם צוזאמענשטעל פון דער דעלע- נאַציע, ויעלכע די ה,ענגליש-אמעריקאנער קאָמיסיע" ועט אויפנעמען.
אין דער צייט, ווען אויפן דריטן שטאָק זענען פאָרגע- קומען פאַרהאַנדלוננען וועגן צוזאמענשטעל פון דער דעלע- גאַציע און די רעדנער, האָבן זיך אויפן הויף פון קאָמיטעט גענומען זאַמלען מאַסן, און זיך פאָרמירן אין רייען. דאָ און דאָרט האָבן זיך באַװיזן ווייס-בלויע פענדלעך און אויף שנעל צונויפגעקלאַפּטע טראַנספּאַראַנטן, אָפּקלאַנגען וועגן די צוגריי" טוננען פון א דעמאַנסטראציע, זענען דערגאַנגען אין צימער, װוּ דער קאָמיטעט האָט זיך באַראַטן דער פאָרזיצער פון קאָמיטעט (א מיטנליד פון פּ.פּ.ר.), האָט אין אֶנבליק פון די מאסן, זיך געװאָלט פארשטענדיקן מיט דער מיליץ. אָבער אונ- טערן דרוק פון די ציוניסטן אין קאָמיטעט, האָט ער פון דעם רעזיגנירט. ענדלעך איז געקומען צו א הסכם ועגן צוזאמענ- שטע? פון דער דעלעגאַציע און די רעדנער, וועלכע וװעלן רעדן אין נאָמען פון דער דעלעגאַציע. דער קאָמפּראָמיס איז באשטאַנען אין דעם, אז דעם אריינפיר-װאָרט אין נאָמען פון דער דעלענאַציע װעט האָבן דער פאָריזיצער פון קאָמיטעם (פּ.פּ.ר,) און אויף די פראַגן פון דער קאָמיסיע װועט ענטפערן דער וויצע-פארזיצער (א ציוניסט פון ,איחוד").
אין דער צייט, ווען די דעלעגאציע פון קאָמיטעט איז מיט אַ טאַקסי פאַרפאָרן צום האָטעל , גראַנד" כדי צו טרעפן זיך מיט די קאָמיסיע, האָט זיך די יידישע דעמאַנסטראציע געפונען נעבן האָטעל, די גאַנצע ברייט פון דער פּיאָטרקאָוער נאַס איז געווען פאַרפולט מיט טויזנטער יידן. דער פאַרקער אין גאַס האָט זיך פולשטענדיק אָפּנעשטעלט. מען האָט געװאָרפן כֿאָזונגען און מ'האָט געזונגען די ,, התקוה" און ,תחזסנה".