28 ד"ר ה. רוזשאַנער--ײדישע דאַָקטוירים ד"ר שיפמאַן ז"ל פאַר זיין נוטסקייט, געװויסנהאַפטיקייט. די אָפיצירן און זעלנער האָבן אים גערופן , אונדזער יעזוס". ער אין געשטאָרבן אין ישראל ביי דער אַרבעט אין אַ וױייטן קיבוץ. אויסער פּאָזנאַנסקיס שפּיטאָל האָט די יידישע באַפעלקע- רונג אַ סך גענאָסן פון אומזיסטער מעדיצינישער הילף אין , לינת החולים" און , לינת הצדק". אויב אין פּאָזנאַנסקיס שפּיטאָל איז געווען בלוין דער כבוד צו אַרבעטן (דאָרט פלעגן די דאָקטױירים נישט קריגן באַצאָלט), זענען דערפאַר די דערמאַנטע אינסטיטוציעס געווען אַ מאַטעריעלע הילף פאַר דאָקטוירים, ספּעציע? פאַר יונגע אָדער אַזעלכע מיט א קלי- נער פּראַקטיק.
לֵינת החולים" אויף פּאַלודניאָווע 19, איז געװוען נאָר פאַר אַמבולאַנטע קראַנקע אין אַלֶע ספּעציאליטעטן. אויך קלענערע אָפּעראַציעס פלענט מען דאָרט מאַכן. אין די צװאַנ- ציקער יאָרן איז אויפנעבויט געװאָרן א 8-שטאָקיקע געביירע אין הויף, אַלס פרויען-שפּיטאָל. דער הױפּט-דאָקטאָר אין נע- ווען ד"ר בערגמאַן, אַ שװאָנער פון באַרימטן כירורג אייזנער. פּרעזעס אין לאַנגע יאָרן געווען הערשבערג. זייער פיל האָט אויפנגעטאָן אַ לאָדזשער פאָלקס-ייד ניימאַרק. איך האָב דאָרט געאַרבעט אַלס יונגער דאָקטאָר אַ יאָר צייט. אַמלעננסטן האָט דאָרט פּראַקטיצירט --- די גאַנצע צייט צווישן ביידע וועלט- מלחמות --- ד"ר יעלשאַנסקי, אַ גנוטער מאַטעמאַטיקער אָבער אָן הצלחה אין זיין פּריוואַטער פּראַקטיק, ,לינת הצדק" איז געווען אַן אינסטיטוציע פאַר דרינ- גענדיקער נאַכט-הילף אויף זאַכאָדניע 02. פון 11 אֶוונט ביז 6 פרי פלעגט מען זיך קענען ווענדן אָדער טעלעפאָנירן. די צוויי דאָקטױירים האָבן געאַרבעט: איינער פון 11 ביז האַלב דריי און דער אַנדערער פון האַלב דריי ביז 6 פרי. אויך איך האָב דאָרט געאַרבעט אין אֶנהוֹיב פון מיין מעדיצינישער פּראַקטיק, לעטשניצעס
נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה האָבן זיך פאַרשפּרײט אין לאָדזש, וי אין אַנדערע גרעסערע שטעט, אַ ספּעציעלער טיפּ הײיל-אַנשטאַלט, די א"ג , לעטשניצעס". די ערשטע און די וויכטיקסטע איז געווען אויף זנערזשער 17. דאָס אין נע- ווען אַן אַדרעס פאַר די קראַנקע, נישט בלויז פון דער אַלט- שטאָט און באַלוט, נאָר אַפילְן פאַר יידן פון די אַרומיקע שטעטלעך. עס זענען דאָרט טעטיק נעווען אַ צענדליק דאָק- טוירים פון פאַרשיידענע ספּעציאַליטעטן,. די , לעטשניצעס" זענען געווען , צווישן" די אומזיסטע שפּיטעלער און די פּרי- װאַטע דאָקטױירים. דורכשניטלעך האָט אַ ויזיט ביי אַ פּרי- וואטן דאָקטאָר געקאָסט פון 8 ביז 10 זלאָטעס. אין דער , לעטשניצע" האָט מען נעצאָלט בלויז 3 זלאָטעס. אין לאָדזש זענען געווען אַן ערך 1210 , לעטשניצעס". די באַקאַנטסטע זענען געווען: זגערזשער 17, פּיעטריקאָװוער 7, בזשעזשינער 10, נאַװאָמיעיסקאַ 3 און נייערס מאַרק. פעלדשערס פעלדשער האָבן נעשפּילט אַ גרויסע ראָל אין פּולן. אין די קליינע שטעטלעך זענען זיי נגעווען די איינציקע מעדיצי- נער. אויך אין לאָדזש, באַזונדערס צווישן יידן, האָבן זיי נע- האָט אַ גרויסע פּראַקטיק. נישט נאָר אָרעמע, אויך פארמעג- לעכע פלעגן קודם 2כ? רופן אַ פעלדשער און וען עס איז ערגער געװאָרן, ערשט דאן א דאָקטאָר.,
דער אַממערסטן פּאָפּולערער איז געווען ברוך דער פעלך- שער פון פּולנאָצנע נום. 4. ער פלענט וי אַ פּראָפעסאָר אַרומ- פאָרן אין אַ דאָראָזשקע. איך דערמאָן זיך אויך די פעלדשערס אַבראַמאַָװויטש (נאַרוטאָװיטשאַ 18) און קוואל. געווען זענען עס װאַרשײנלעך אַ הונדערט פּראקטיצירנדיקע פעלדשערס, דער פעלדשער נוימאַרק איז געווען מיינס אַ פריינד. איך האָב ביי דער געלעגנהייט רעקאָמענדירט מיין שװאָגער ד"ר ראָבינזאָן, ווייל פון די פעלדשערס, וי די ערשטע האַנט, אין געווען אָפּהענגיק וועלכן דאָקטאָר צו רופן. נאָך א געוויסער צייט באַקלאָגט זיך פאַר מיר דער פעלדשער, אַז ד"ר ראָבינ- זאָן נעמט צו ייניק און קאָנקורירט מיט די פעלדשערס. חוץ די פעלדשערס פלענט אויך דער "הויף" אין אַלעק- פאַנדער שטיצן יידישע דאָקטוירים. פֿאַר אַן אָפּעראַציע פלעגן חסידישע יידן פאָרן צום רבין פרענן אן עצה, פלעגט דער רבי רעקאָמענדירן אַ יידישן דאָקטאָר. די לאָדזשער קראַנקױקאַסע אומזיסטע מעדיצינישע הילף האָט מען אויך באַקומען אין דער קראַנקן-קאַסע. איך האָב אויך דאָרט נעאַרבעט עט- לעכע יאָר. איך האָב נעמוזט דאַן אויפנעמען גאָר אַ גרויסע צאָל קראַנקע, אַן ערך 30-20 אין א שעה. נישט אומזיסט האָט מען געהאַט טענות צו דער מעדיצינישער הילף פון דער אינסטיטוציע,
אויף לאַנעװוניצקע 26, װוּ איך האָב געאַרבעט, האָט אויך געאַרבעט אַלס לאַרינגאָלאָג ד"ר וייסברום (געשטאָרבן