יידיש לאַָדזש | 69 הרב ד"ר ' ר אַפּאַ פּאַר ט אַ נשמה-ליכט פאַרן 2-טן נימנאזיום אין לאָרזש (אַ בינטעלע זכרונות פון 1931:1929) די באַן-סטאַציע װװוּ מיר האָבן געמוזט אויסשטייגן, כדי ווייטער צו פאָרן קיין לאָדזש, האָט נעהייסן קאָלושקי. דאָ האָט זיך דער צוג אָפּנעשטעלט אויפן וועג פון קראָקע קיין װאַרשע, און דעמאָלט זענען מיר אריינגעגאַנגען אין אַ קלע- נערן צונ אויפן וועג קיין לאָדזש. פארװאָס דאָס אין אזוי געווען ווייס איך נישט, אָבער אַזױ איז עס געווען, אַז וען מיר זענען אָננעקומען קיין קאַלושקי איז די באַ-סטאַציע אַלעמאָל געווען איינגעהילט אין טונקלקייט.
דאָס איז געווען שפּעט ביי נאַכט. אַלעמאָל אין עס געווען שפּעט ביי נאכט, און ווען עס איז געווען קאַלט אין דרויפן, און דערצו האָט עס נאָך גערעננט אויך, האָט קאָ- לושקי אויף מיר אַלעמאָל נעמאַכט אַ דערשלאָנענעם איינדרוק. איך װאָלט גערן געווען אויסגעמיטן די באַדערפעניש דאָרט איבערצושטיינן, און אזוי ארום נישט דאַרפן קומען אונטער אַ מין מרה שחורה דווקא ווען איך האָב געװאָלט אָנקומען קיין לאָדזש אַ פריילעכער און האָפּענונגספולער. בין איך דאָך געווען אַ סטודענט אין דער שטאָלצער יידישער נימנאַזיע אויף דער מאַניסטראַצקע גאַס, און איך האָב דעם שטאָלץ געטראָגן ביי זיך אין האַרץ מיט אַ סך פרייד. און דאָ קומט קאָלושקי, מיט אירע טונקעלע שאָטנס, און איך האָב געדאַרפט זיצן אין דרויסן, קאַלט און איינזאַָם און טונק?, ביז דער צוג קיין לאָדזש איז אָנעקומען און האָט אונדז וייטער גענומען. און ביז װאָס ביז ווען איז מיין שטימונג געװאָרן א דערשלאָגענע.
אָנגעקומען קיין לאָדזש, איז שוין געווען נאָר שפּעט ביי נאַכט. קיינער האָט אויף סיר נישט געװאַרט, כאָטש איך האָב געהאָט א סך משפּחה אין יענער שטאָט. פעטערס און מומעס און קוזינען און קוזינקעס. זיי האָבן אָבער אַלע געהאַט שטאַרק פאַרדרוס אויף מיר. די סיבה פון זייער שטעלונג איז נישט געווען ווייל? די קרובים זענען געווען שלעכטע מענטשן. פאַרקערט, זיי זענען געווען גאָר האַרציקע מענטשן. און וען זיי האָבן מיך געזען מיט אַ געוויסע צייט פריער, ווען איך בין געפאָרן אין דער מתיבתא-ישיבה אין װאַרשע, האָבן זיי מיך דווקא אַזױ װאָרעם מקרב געוען, אַז אַן איינענער זון װאָלט קיין בעסערן קבלת-פּנים נישט געוען באַקומען. אָבער איצט זענען זיי נישט געקומען מיך אָפּצונעמען אויף דער לאָדזשער באַןדסטאַציע, ווייל איך בין מער קיין ישיבה- בחור נישט נעװען. איך האָב אױסגעטאָן דאָס קיילעכ- דיקע חסידישע היטל און אָנגעטאָן א בלוי-זעקסיקאַנטיק היטל פון אַ גימנאַזיסט. איך (פון מיין זייט) האָב נישט געהאַט קיין שוועריקייטן צו פארשטיין ברונז אויף מיר.
א סך פון פיינע קרובים האָבן מסתמא נעדענקט די הסתלקות פון אונדזער זיידן, דעם ראַדאָשיצער רבין, װעל- כער האָט געהאָט געפירט זיין רביסטוואָ אין לאָדזש אַ לאַנגע צאָל יאָרן ביז צו דער פּטירה זיינער. דער נאָמען פון דער ראַדאָשיצער דינאַסטיע איז נעװוען באַקאַנט אין קאָנגרעס- פּױילן זייט זי איז געגרינדעט געװאָרן פונעם ערשטן ראַדאָ- שיצער רבין, דעם סבא קדישא ר' ישכר בער זכותו ינן עלינו. די גרעסטע צדיקים פון יענער צייט זענען צו אים געפאָרן; דער חידושי הרי"ם האָט זיך געלאָזט פון אים בענטשן; דער ראַדאָמסקער רבי איז געווען איינער פון זיינע תלמידים און דערציילט נרויסע זאַכן ווענן די מופתים ואָס דער ערשטער ראַדאשיצער רבי פלעגט באַוייזן.
ר' הל? ראַדאָשיצער איז געווען אַן אייניק? פון דעם ערשטן ראַדאָשיצער רבין, און ער האָט נעפירט טיש אין ראַדאָשיץ אליין. און אונדזער זיידע, דער רבי ר' ישׂכר בער זכותו יגן עלינו, -- וועלכער האָט נעהייסן נאָכן ערשטן ראַדאָשיצער רבין, --- איז געווען א ברודער פון ר' הל? און זיין הייליקע מחיצה איז געווען אין לאָדזש, אויף שרעדניע נאָס, וועלכע איז שפּעטער אָננערופן געװאָרן די פּאָמאָרסקע. ער איז נפטר געװאָרן אין יאָר 1920, און מיט קנאַפּע צען יאָר שפּעטער קומט זיינס אַן אייניק? צו פאָרן און די וועלט, וועלכע ער ברעננט מיס זיך מיט אין נאָר -- אזוי וי מען האָט דעמאָלט דאָס באַטראַכט -- אין אַזאַ שאַרפן קאָנפליקט מיט דער וועלט פון זיין יידן. זענען די קרובים געווען ברוגן אויף מיר און קאָבן מיך נישט אָפּנעװאַרט אויפן װאָקזאַל ווען איך בין צום ערשטן מאָל אָנגעקומען קיין לאָדזש און בין אריין אין דער העברעאישער גימנאַזיע אויף דער מאַניסטראצקע גאַס. פאַרװאָס די קרובים זענען צּ
איך האָב אַלעמאָל געקענט די פּוילישע שפּראך סיי אין װאָרט און סיי אין שריפט. איך האָב געהאַט געענדיקט די רעגירונגדשולע אין אונדזער שטעטל, אָבער איך האָב זיך מיט דער שפּראַך קיין סך נישט באַנוצט. אַמאָלאַמאָל בין איך אריינגעגאַנגען אינעם קליידער-געשעפט פון מיינע עלטערן און האָב צונעהאָלפן פארקויפן א מלבוש -- האָב איך גערערט