Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 71
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-698

יידיש לאָדוש 6 א אבי טראט 1 אי א יא א א יי אַ גינמאזיע איז פאראינטערעסירט צו געבן דעם שילער אַ וועלטלעכן צונאנג צום לעבן אוֹן נישט קיין רעליגיעזן צוגאַנג, כאָטש די לערער זענען נישט אַנטי-רעליגיעז; פאַר- קערט, א סך פון זיי זענען אין מיין צייט מסתמא געווען נאַנץ רעליגיעז, און געוויס אויך טראַדיציאָנעל. אָבער רעליגיעזקייט האָבן זיי מיט די תלמידים נישט שטודירט, ביי אונדז האָט דער וועלטלענער צוגאַנג דעמאָלט איינגע- שלאָסן אויך די נויטווענדיקייט צו נעבן די שילער א מענ- לעכקייט זיך אויסצולערנען צו טאַנצן מיט מיטגלידער פונעם שענערן געשלעכט. אַזאַ מין טאַנצן אין אַנגענומען געווען אַלס אַ נאָרמאַלע דערשיינונג; אין אַלע בעסטע סאָציאַלע קרייזן האָבן בחורים געטאַנצט מיט מיידלעך, און מענער מיט פרויען.

passage_a6e70acf7b1522175e40feec
Passage 2normalized OCR · source chars 700-1274

האָט די שולע געגעבן לעקציעס אין טאַנצן, און פון צייט צו צייט האָבן די דריי גימנאַזיעס פון ד"ר בראודע אָפּגע- האַלטן אַ סאַציאַלן אָװונט --- אַ װיעטשאָרעק -- וען אונ- דזערע שילער און שילערינס זענען זיך צוזאַמענגעקומען און מען האָט געטאַנצט. אָנגעהוֹיבן האָטס מען געויינלעך מיט אַ װאַלץ, און מען אין ווייטער געאַנגען מיט אַ טאַנגאָ, און מען איז ווייטער געגאַנגען מיט אַ טשאַרלעסטאָן, למשל, דער אָרקעסטער האָט געשפּילט די פּאַסיקע מוזיק, ‏ אזוי ארום צוהעלפנדיק מיטן ריטם פון די טאַנץדשריט. מילא, די מענטשן װאָס מאַכן מיט אַזעלכע פארווילונגען ווייסן מסתמא ועגן װאָס איך רעד דאָ.

passage_5b4ea9ea8f93ad885e4983c7
Passage 3normalized OCR · source chars 1276-2716

איך אַלֵיין בין אויף אזעלכע אָװונטן נישט געלאָפן, אַזױ וי די אַנדערע תלמידים האָבן דאָס געטאָן. אָבער מען האָט מיר געזאָנט אַז מען טאָר נישט זין קיין מתבודד אָדער אַ מיזאַנטראָפּ, אַז די שולע אֶרדנט איין אַ װיעטשאָרעק", דערװואַרט מען אַז יעדער איינער -- אויב ער קאָן נאָר -- זאָל זיך באַטײליקן. און אַז מען נייט אויף אזא אָװונט, טאָר מען זיך נישט אַוועקשטעלן אין אַ ווינק? און לייענען אַ בוך, למש?. אַזאַ מענטש רופם זיך אַ װאַנט-בלום, אַזױ װי ער װאָלט געקומען באַצירן די װענט פון דעם טאַנץיזאַל, און געוויינטלעך װיל א מענטש נישט זיין קיין װאַנט-בלום. איז עס נישט קיין גרויסער קאָמפּלימענט. מענטשן האָבן אויך נישט ליב אַז מען זאָל זיך אָפּשיידן פון זיי. בין איך גענאַנ- גען זיך באטייליקן אין דעם טאַנץאָונט און אַזױי וי עס איז געווען מיין פּרעראָנאַטיוו אויסצוקלויבן דאָס מייר?ל מיט וועלכער איך האָב געזאָלט טאַנצן, נין איך צונעגאַנגען צו דער שוועסטער פון מיינס אַ חנו אין דער גימנאַזיע און זי פאַרבעטן צום טאַנץ. איך געדענק עס אַזױ וי עס װאָלט געווען געשען ערשט נעכטן. מאַרױלאַ שׁוּר האָט זי געהייסן, די שוועסטער פון מיין שול-באַנק חנר, צדוק שוּר. אָבער אַזױ וי איך האָב גענומען איר ועכטע האנט אין מיין לינ- קער האַנט, איז פאַר מיר אויפגעשוומען דאָס חסידישע היטל מיינס פון פאַר די גימנאַזיע-יאָרן, און די מוזיק איז ביי מיר געװאָרן איין גרויסער גערויש. איין נאָטע איז נישט געקומען צו דער צווייטער, און אָנשטאָט אַן איך זאָל מיין פּאַרט- גערקע פירן אַהין און אַהער, פאָראויס אָדער אין דער זייט, האָבן מיינע פיס אָנגעהויבן טרעטן אויף אירע פיס.

passage_00463ff806c4073afbe69516
Passage 4normalized OCR · source chars 2718-3113

בלויז צו זאָנן אַז איך האָנ זיך דעמאָלט געפילט אומ- באַקװעם װאָלט געווען א שטאַרקע אונטערשאַצונג. מאַרילאַ שוּר איז געווען דער ערשטער עקספּערימענט מיינער אין אַ וועלטלעכן צונאַנג צום לעבן. און עד היום האָב איך מיט אַ מיידל מער נישט געטאַנצט. דאָס זעקס-קאַנטיקע גימנאַ- זיסטן-היטל האָט אין מיר נישט געקאָנט איינפלאַנצן רי איבערצייגונג, אַז א ייד קאַן זיך אַמאָל פילן װאַרעם אין פרעמדע פעדערן. א

passage_fa5f68ad125c45c972229749
Passage 5normalized OCR · source chars 3115-3952

אַ טייער קינד איז מאַרילאַ שור געװוען. די יונגערע שוועסטער פון צדוק שור, מיינס אַ חבר פון דעם זעלבן קלאַס, און וועלכן איך האָב אַלעמאָל באַװוּנדערט צוליב דער פעאיקיים װאָס ער האָט געהאַט אין אָנשרייבן אן אויפזאַץ, אין פּויליש אָדער העברעאיש, איינס-צויי-דריי. צדוק שור האָב ליב געהאַט זיך צו רופן דזשאָרדזש, טאָ זאָל זיין דזשאַרדזש ער האָט אויך געשריבן פּאָעזיע אין ביידע שפּראַכן, און ער האָט זיינע לידער פאַרעפנטלעכט אין , דרכנו", די מאָנאַטשריפט פון אונדזער , צווייטן גימנאַזיום" אויף דער מאַניסטראַצקע גאַס נומער 16. אויך דאָס , ערשטע גימנאַזיום" אויף דער מאַגיסטראַצקע נומער 7 האָט געהאט זיינס אַ מאָ- נאַטשריפט, מיט אַרטיקלען און פּאָעמעס, און פארשידענע תלמידים האָבן זיך אין זיי באַטײליקט. אָבער דזשאָררזש שוּר איז געווען דער איינציקער וועלכער האָט כמעט אין יעדער אויסגאַבע פון דער מאָנאַטשריפט פאַרעפנטלעכט עפּעס אַן אַרבעט זיינע.

passage_fb7b9461438cc22b8b83f666
Passage 6normalized OCR · source chars 3954-4655

ונ איז היינט דזשאָרדזש שור ? װוּ איז היינט זיין שוועס- טער מאַרילאַ, דאָס שיינע און בטעמטע יידישע מייד? אַזױ ריין װי דער טוי פון הימל, מיט וועלכער איך האָב נישט נע- קענט טאַנצן, וויי? מיין צונאַנג צום לעבן איז געווען רעליגיעז און נישט וועלטלעך ! איך האָף אַז זי האָט מיר דעמאָלט מוחל געווען װאָס איך האָב צופעליק געטראָטן אויף אירע מים. אָבער װאָס איז געשען מיט איר און מיט איר ברודער נאָך דעם וי מיר האָבן באַקומען מאַטורע, און סיר זענען זיך מאַרנאַנדערגעפאָרן אין דער גרויסער און ברייטער ועלט אַריין ? האָט דאָך די צווייטע וועלט-מלחמה אַראָפּנעלאָזט אַ מויער פון טראַגעדיע און אומקום צווישן די וועלכע זענען פאַרבליבן אין דער אַלטער היים און די וועלכע זענען געווען אַרױסגעפאָרן אין די פרעמדע מרחקים !

passage_2b1760f435cfa5b094b35f3b
Passage 7normalized OCR · source chars 4657-5519

און װאָס איז געשען מיט אונדזערע לערער, סיי די װאָס האָבן אונדז געלערנט לימודי-חו? און סיי די װאָס האָבן מיט אונרז געלערנט לימודי-קודש 4 איינער פון זיי, וייס איך, איז געבליבן לעבן און איך האָב אים געטראָפן מיט עטלעכע יאָר צוריק ביי דער אַרבעט זיינער אין ,יד ושם" אין ירושלים. ד"ר נתן עק איז זיין נאָמען, און ער האָט מיט אונדז געלערנט העברעאישע ליטעראטור און אויך תנ"ך. צו די תנ"ךילעקציעס האָבן מיר אַלֶע זיך אָנגעטאָן אונדזערע היטלען, דאָס זעלבע האָבן מיר אויך געטאָן ווען מיר האָבן שטודירט אַ פּרק משניות אָדער אַן אויסשניט פון מורה נבוכים אָדער פון כוזרי. אָבער ווען מיר האָבן געלערנט יידישע געשיכטע האָבן מיר קיין היטלען נישט געטראָגן, און געוויס שוין אַזױ וען מיר האָבן געלערנט וועלטלעכע לימודים. איז װוּ זענען היינט די לערער אונדזערע ? ר"ר אַניס, וועלכער האָט אונדז אונטעריכטעט אין כעמיע און פיזיק? ד"ר פרייליך, וועלכער איז נגעווען אונדזער לערער פון לאַטײן?

passage_39b70685d9db7c05e5d18ee0