100 םםר לויןאוו עם רוישט און עם קאכט אין אלע גאםן, א ליארם,א גערויש,א געשריי— פיל טויזנטער ארבעטער־מאםן, ״נידער מיט דעם צאר ניקאלײ!׳' דער לוקאװער זשאנדארם, מיטן אײנעם אויערנגל, האט אנגעהויבן אפטער זיך דרײען איבער די גאםן און געםלעך און װו מען האט אים נישט געזײעט, איז ער אויםגעװאקםן. ער האט געקוקט מיט באהאלטענעם חשד אויף יעדן פארבײגײער און דער עיקר שטרענג נאכגעשפירט די טריט פון יעדן ױגנטלעכן. םנחם זאקאליק (ז. ק. ליק) די לוקאװער בחורים אין זײערע לאנגע געהאקטע קאפאטעם און קלײנע טוכענע היטעלעך, זענען דורכגענומען געװארן מיטן נײעם שטראם. נישט אײן בית־מדרש בחור האט פארלאזט די גמרא און אװעק װערןא פראלעטאריער.א םך פון די םופרי םת״ם האבן געטוישט דעם פארמעט אויף לעדער— אויפגעהערט שרײבן מזחות תפילין. אײנער איז ארײן צו גאםטמאנען זיך לערנען זײןא ״קלאפער״, ״פוצער״ו אן אנדערער איז אװעק װעןא קאמאשנמאכער, אויםפאלצן גוטא כאלעווקע. ארײנצוקריגן זיך צו ליבעתאנען, זיך לערנען מאכן אלבאמען, האט מען שוין געדארפט פראטעקציע, װײל אלבאמען מאכן האט זיך גערעכנט פאר אן ״אײדל״ פאך.
Original scanEvidence located
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1121
passage_6cb4f52ec4d57155ff475cd0