םםר לוקאו ו 107 מיט די אלטע טראגספארט־ארבעטער װאס האבן די ארבעט געהאלטן פאר זייער חזקה. די סבסובים פלעגן צום מײנסטן אנטשטײן אויף דער באן־ראמפע, ביים אויסלאד די װאגאנען מעל, צוקער, זאלץ אדער קוילן. אבער אויך האט די קריגערײען צװישן די ארבעטער זענען אײנגעשטילט געװארן א דאנק דער קולטור־דערציערישער און פאלי־ טישער אויפקלער־ארבעט פון די בונדיסטן.
אינטערעסאנט זענען געווען די ערשטע שטאטראט־װאלן אין יאר 1919. פון די 24 ראטמענער, װאס האבן געדארפט געקליבן װערן האט די ײדישע באפעלקערונג לויט איר פראפארץ, געזאלט באקומען ס׳ראטמענער. אין די װאלן האבן זיך באטײליקט 1 ״אגודה״, אלגעמײנע צױניסטן ״מזרחי״, ״פאלקס־פארטײ״. פון די ײדישע ארבעטער־ פארטײען — ״בונד״ און ״לינקע פ.צ.״. די װאל־קאמפאניע איז געווען א שטורמישע. פון װארשע האט מען געבראכט די גרעסטע פארטײ־קאנאנען: נח פרילוצקי, פון דער ״פאלקס־פארטײ״, ר. פערלמוטער פון דער ״אגודה״, נ. שװאלבע פון די צױניסטן, יעקב פאט פון ״בונד״. דער אויסגאנג פון די װאלן פאר די ײדישע פארטײען איז געווען: 2 — ״אגודה״, משה װױינטרויב און יינה נײ: 1 — ״פאלקס־פארטײ״, חײם מאטעס מאנדל־ בוים; 1 — צױניסטן, י. בענדערמאן, • 6 — ״בונד״. צוליב די שװעריקײטן װאס זענען געמאכט געװארן פאר די געװײלטע מיט עקזאמענס אין דער פוילישער שפראך — שיקא־ נעם, װאס זענען געװארן אנגעװענדט בעיקר לגבי די בונדישע קאנדידאטן — האבן די בונדישע ראטמענער אלס פראטעסט רעזיגנירט פון זײערע מאנדאטן און זײערע פלעצער זענען פארטײלט געװארן דער ״אגודה״ (4) און ענדעקעס (2). מען דארף דערבײ אונטערשטרײכן, אז די 4 ראטמענער פון פ.פ.ם. האבן באלײגט א שארפן פראטעסט און געפאדערט צו אנולירן די װאלן.
נישט געקוקט אויף די שיקאנעס, האט דער ״בונד״ װייטער געםירט זיץ פאלי־ טישע, פראפעסיאנעלע און קולטור־טעטיקײט צװישן די ײדישע ארבעטער. ♦ אין 1920 / ווען די בונדישע באוועגונג האט דערגרייכט איר העכסטן אויםשטײג ^ איז געקומען דער קאנפליקט צווישן פוילן און די םאוויעטן. אין שײכות דערמיט האט די פוילישע מאכט אויפגעלײזט די לינקע פאליטישע ארגאניזאציעס / פארמאכט זייערע לאקאלן און ארעסטירט א רײ פון די פאליטישע פירער. אויך אין לוקאו זענען אדורכגעםירט געווארן ארעסטן צווישן די בונדישע טוער. מען האט ארעסטירט משה און חיה הובער מאןי מאטל בראנזוי ל איז געװארן געזוכט דורך דער פאליציי אין הויז פון זיין םרו רבקה שפירא (ער איז גראד געלעגן שווער קראנק אין אטוואצק). אין דער זעלבער דירה האט אויך געוװיגט פגתס בלאשקע (געשטארבן אין ניו־יארק), װאס האט דאן געהערט צו דער ״פאלקס״פארטײ״. אויך אים האט מען ארעסטירט. איך האב אויסגעמיטן דעם ארעסט א דאג דעם, וואם א פעטע פון משה הובערמאן / דער הויכער חיל / איז געקומען צו לויפן מיך ווארעגען / און עס איז מיר געלוגגען זיך צו באהאלטן.