Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 120
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1236

116 םםר לוקא װ ארויםגעגנבעט פון װארשע און איז אנטלאפן קײן לוקאװ. דא האט ער צוריק אויפגע־ מאכט ייץ פאבריק. מיר האבן מיט אים געפירט ביטערע קאמפן, און ער האט אונדז גוט צוגעדינט. דער גאנצער בונדישער קאמיטעט איז געשטאנען אויף דער װאך. אויף דער שעדלעצער קאנפערענץ זענען מיר, איך, חיה שערמאן, און משה הובערמאן, געװיילט געװארן אין ראיאן־קאמיטעט. אונדזער אויפגאבע איז געװען צו באארבעטן און ארגאניזירן די פראפעםיאנעלע באװעגונג אין 12 קליינע שטעטלעך און גרויסע שטעט. אין דעם ראיאן־קאמיטעט איז געװען פארטראטן יעדע גרעסערע שטאט • דאם אלץ איז צוגעטראגן געװארן דער ארטיקער מאכט. ♦ אין יאר 1920 איז די רויטע ארמײ ארײנגעדרונגען קײן פוילן: די ערשטע ליניע איז געװען פון בריסק ביז ביאליםטאק. איך האב דאן געארבעט אײניקע װאכן אין װארשע • די רויטע ארמיי איז זײער שנעל געגאנען פארוים. לוקאװ איז געװען אויפן װעג פון דער פראנט־ליניע. איך האב זיך באראטן מיט די חברים פון װארשעװער קאמיטעט, װי אזוי מיר דארפן האנדלען. איך האב געהאלטן, אז די לוקאװער חברים דארפן פארלאזן די שטאט. די חברים האבן מיר געענטפערט, אז זײ קענען גארנישט זאגן. ם׳איז דא א פארטײ־ באשלום, אז יעדער חבר זאל האנדלען װי ער פארשטײט.

passage_7224b01b8717ebc8525384e3
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1238-2214

דעם זעלבן טאג בין איך אהײמגעפארן. ם׳איז געווען אין א פרײטיק פרי. איך האב זיך גלײך געזען מיט אייניקע חברים פון קאמיטעט, און זיי געבעטן קומען צו מיר, זיך אדורכשמועםן װעגן דער לאגע. מיר האבן לאנג דיםקוטירט. איך האב פארגעלײגט מיר זאלן צוזאמען פארלאזן לוקאװ. זײ האבן געלאכט: װאם הײםט פארלאזן? מיר װילן דערלאנגען די הענט דער רויטער ארמײ. די חברים זענען אװעק. איך האב באלד אנגע־ הויבן צו רײניקן מײן שטוב. איך האב שוין געהאט א גוטע דערפארונג. נישט אלץ האב איך געקענט פארניכטן. דער חבר משה האט געפירט דעם םעקרעטאריאט פון דער גאנצער בונדישער ארבעט. איך האב אים געבעטן אלץ צו באהאלטן. איך בין אריק אין א קאמער לעבן מײן טיר א קוק טאן, און באמערקט פון א װינקל ארויסשטעקן א רויט פעקל. איך שלעפ עס ארוים, װיקל עס אויף, און ס׳װערט מיר פינצטער פאר די אויגן: א רויטע פאן מיט צװײ גאלדענע הענט וואס דערלאנגען זיך, מיט אן אונטערשריפט אין רוםיש: זײט געגריסט!

passage_1d20a7dfdffd5abb94a81869
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2216-2899

איך בין אריין אין צוחבר משה און אים געפרעגט: װי קומט אין מיץ צימער א רויטע פאן? ווער האט זיך גענומען די רעכט? כ׳האב גלייך אלץ פארשטאנען. פארניכטן די פאן האב איך נישט געוואלט — א רויטע פאן דארף מען רעספעקטירן. איך האב גענומען די פאן און אריינגענייט אין א קישן, מיט דער אויפשריפט פארדרייט אויף הינטן. איך האב מער פארשטאנען די געפאר, װי מיינע חברים, אבער איך בין אויך געווען נאיװ. די חברים פ מ בונדישן קאמיטעט זענען צו מיר געקומען. זיי האבן מיך געוואלט איבערצייגן, איך זאל צחאמען מיט זיי אנטקעגנגיין דער רויטער ארמיי. מיר האט זייער וויי געטאן זייער נאיװיטעט, איך האב נישט געוואלט אליין אוועקפארן, זיך באהאלטן.

passage_ec50b64999c7c741e226f9b7