Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 120
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1236

116 םםר לוקאװ ארויםגעגנבעט פון װארשע און איז אנטלאפן קיץ לוקאװ. דא האט ער צוריק אויפגע־ מאכט ייץ פאבריק. מיר האבן מיט אים געפירט ביטערע קאמפן, און ער האט אונדז גוט צוגעדינט. דער גאנצער בונדישער קאמיטעט איז געשטאנען אויף דער װאך. אויף דער שעדלעצער קאנפערענץ זענען מיר, איך, חיה שערמאן, און משה הובערמאן, געוױילט געװארן אין ראיאן־קאמיטעט. אונדזער אויפגאבע איז געװען צו באארבעטן און ארגאניזירן די פראפעםיאנעלע באװעגונג אין12 קליינע שטעטלעד און גרויםע שטעט. אין דעם ראיאן־קאמיטעט איז געװען פארטראטן יעדע גרעםערע שטאט• דאם אלץ איז צוגעטראגן געװארן דער ארטיקער מאכט. ♦ אין יאר1920 איז די רויטע ארמײ ארײנגעדרונגען קײן פוילן: די ערשטע ליניע איז געװען פון בריםק ביז ביאליםטאק. איך האב דאן געארבעט אײניקע װאכן אין װארשע• די רויטע ארמיי איז זײער שנעל געגאנגען פארוים. לוקאװ איז געװען אויפן װעג פון דער פראנט־ליניע. איך האב זיך באראטן מיט די חברים פון װארשעװער קאמיטעט, װי אזוי מיר דארפן האנדלען. איך האב געהאלטן, אז די לוקאװער חברים דארפן פארלאזן די שטאט. די חברים האבן מיר געענטפערט, אז זײ קענען גארנישט זאגן. ם׳איז דאא פארטײ־ באשלום, אז יעדער חבר זאל האנדלען װי ער פארשטײט.

passage_7224b01b8717ebc8525384e3
Passage 2normalized OCR · source chars 1238-2214

דעם זעלבן טאג בין איך אהײמגעפארן. ם׳איז געװען איןא פרײטיק פרי. איך האב זיך גלייך געזען מיט אייניקע חברים פון קאמיטעט, און זיי געבעטן קומען צו מיר, זיך אדורכשמועםן װעגן דער לאגע. מיר האבן לאנג דיםקוטירט. איך האב פארגעלײגט מיר זאלן צוזאמען פארלאזן לוקאװ. זײ האבן געלאכט: װאם הײםט פארלאזן? מיר װילן דערלאנגען די הענט דער רויטער ארמײ. די חברים זענען אװעק. איך האב באלד אנגע־ הויבן צו רײניקן מײן שטוב. איך האב שוין געהאטא גוטע דערפארונג. נישט אלץ האב איך געקענט פארניכטן. דער חבר משה האט געפירט דעם םעקרעטאריאט פון דער גאנצער בונדישער ארבעט. איך האב אים געבעטן אלץ צו באהאלטן. איך בין אריק איןא קאמער לעבן מײן טירא קוק טאן, און באמערקט פוןא װינקל ארויםשטעקןא רויט פעקל. איך שלעפ עם ארוים, װיקל עס אויף, און ס׳װערט מיר פינצטער פאר די אויגן: א רויטע פאן מיט צװיי גאלדענע הענט וואס דערלאנגען זיך, מיט אן אונטערשריפט אין רוםיש: זײט געגריסט!

passage_1d20a7dfdffd5abb94a81869
Passage 3normalized OCR · source chars 2216-2899

איך בין אריין צו חבר משה און אים געפרעגט: װי קומט אין מיץ צימערא רויטע פאן? װער האט זיך גענומען די רעכט? כ׳האב גלײך אלץ פארשטאנען. פארניכטן די פאן האב איך נישט געװאלט—א רויטע פאן דארף מען רעםפעקטירן. איך האב גענומען די פאן און ארײנגענײט איןא קישן, מיט דער אויפשריפט פארדרײט אויף הינטן. איך האב מער סארשטאנען די געפאר, װי מיינע חברים, אבער איך בין אויך געװען נאיװ. די חברים פמ בונדישן קאמיטעט זענען צו מיר געקומען. זײ האבן מיך געװאלט איבערצײגן, איך זאל צחאמען מיט זײ אנטקעגנגײן דער רויטער ארמײ. מיר האט זײער וױי געטאן זײער נאיװיטעט, איך האב נישט געװאלט אלײן אװעקפארן, זיך באהאלטן.

passage_ec50b64999c7c741e226f9b7