Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 122
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-882

118 םםר לוקא װ מיך דיער באדויערט א װ גערעדט צו מיר: *שקאדא, טא מלאדא פאניענקא׳ (א שאד, דאם איז א ױנגער םריילין). אין באן האב איך אויסגענוצט זייער מיטלײד און זײ געבעטן ארויםקוקן פון װאגאן. איך האב שנעל ארויםגעװארפן נאך עטלעכע קלײניקײטן, װאם האבן געקענט באשװערן אונדזער משפט. זײ האבן דאם מםתמא באמערקט און געשװיגן. אין װעג זענען צוגעקומען נאך פיל פאליטישע ארעםטאנטן. נאך 5 שעה רײזע זענען מיר אנגע־ קומען קײן לובלין. די פאליאקן, װאם האבן זיך געזאמלט אויפן װאקזאל, האבן געשריגן: ״מען דארף זײ אלע אויסהרגענען, די ײדישע באלשעװיקעם״... פון דער באן ביזן זאמעק זענען מיר באווארפן געװארן מיט שטיינער. אײניקע פון אונדז זענען געװאח פארװוּנדעט. מיר זעגן שוין געװען גליקלעך ארײנצוקומען אין זאמעק. דאם איז געװען זייער אן אלטער טורמע־שלאם, מיט װענט פץ צוויי און א האלב מעטער די דיק.

passage_2056fe0e59ab8ba0b9a25241
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 884-2076

די מענער האט מען אװעקגענומען באזונדער׳, אבער מיר איז אויסגעפאלן זײער שװער. איך בין געװען אײן פאליטישע ארעסטירטע אין א צעלע מיט 15 באנדיטקעס און 6 אנדערע אונטערװעלט־פרויען. איך האב זיך געפילט פארלוירן. נאך עטליכע טעג לײדן, האב איך געבעטן בײ דער שליסערין מיך איבערצופירן אלײן אין א צעלע. דער טורמע־דירעקטאר איז געקומען און מיר געזאגט, אז אלע צעלן זענע ן איבערגעפאקט. איך מוז דא בלײבן. ם׳איז מיר ליבער געװען דער טויט, װי דא צו בלײבן, מיט די עלעמענטן. האב איך באשלאסן צו פירן א הונגער־שטרײק. נאך צװײ טעג נישט עסן, איז ארײנגעקומען א טורמע־װעכטער און מיך געהײסן נעמען מײנע זאכן. ער האט מיך ארײנגעפירט אין א קלײנער צעלע, װו עס איז געזעסן אײן פרוי. זי האט געמאכט א גוטן אײנדרוק. אויפן אנדערן טאג׳, װען מיר האבן שפאצירט אויפן הויף, זענען צוגעקומען צו מיר צװײ באנדיטקעס און מיר געזאגט: ״זעסט, האסט נישט געװאלט מיט אונדז זײן, האט מען דיך ארײנגעזעצט מיט א מערדערין, װאס האט פאר 20 זלאטע דערהרגעט א מענטש און אים צעשניטן אויף 3 שטיקלעך. זי איז פארמשפט צום הענגען״... ם׳האט זיך ארויםגעװיזן, אז ם׳איז אמת; מיר איז װידער נישט פרײלעך געווארן.

passage_65c2de2c22e88280a21b53d9
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2078-2992

איך האב ביז נאכ ט נישט געקענט שלאפן . איך האב ווידער געבעטן מיר צו טוישן ד־ צעלע. איך האב זיך געמאלדן פאר קראנק . א שליםערין האט מיך געפירט צום דאקטער . איך האב דעם דאקטער דערקלערט די םיבה פון מיץ נערװעזיטעט . דער דאקטער האט מיר געגעבן עפעם צו בארויקם און מיר צוגעזאגט ארויסצונעמען פון דער צעלע . אויפן צוױייטן טאג איז געקומען א טורמע־װעכטער און מיך ארײנגעפירט אין א שײנער צעלע , צוזאמען מיט שפיאנאזש־פארדעכטיקע . אין דער געזעלשאפט האב איך זיך זײער גוט געפילט . דא איז געװען אינטערעםאנטער . צוױשן די פרויען זענען געװען טענצערינס און ארטיםטינ ס פון פארשידענע לענדער ; איטאליענערינס , עםטרײכערינס , זייער אינטעליגענטע פרויען . די זענען בלויז געשטאנען אונטער א פארדאכט : זדיניקע פון זיי זענען געװען םאלאן־קורטיזאנעם . די האבן מיך געהאלטן פאר א נאױו קינד . די צײט איז דערװײל געלאפן . נאך 6 װאכן האבן מיר באמערקט א שטארקע

passage_c5440bd6155698273ab9ad0c