Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 126
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-835

122 םםר לוקא װ מאגלא׳טאבי ם װשיםטקי ך זשידו װ װישלאבטאװאלא׳... (הינטי שבלוט׳ װען כ׳קען׳ װאלט איך אלע יידן אויסגעשניטן...). אזא שפראך האט מיך זייער אויפגעקאכט. איך האב איר געזאגט, אז איך בין א ײדישע און זי קען מיך אויך זידלען. זי האט זיך געוואלט פארטײדיקן. איך האב איר דערקלערט, אז איך װעל בעטן, מען זאל מיך גלייך אריבערפירן אין אן אנדער קאמער. ם׳איז אבער נישט געװען אזוי לײכט, און איך האב זיך נישט געקענט בארויקן. איך האב דערקלערט א הונגער־שטרײק. אלע ארעםטאנטינם האבן מיר רעכט געגעבן. דרײ טעג האב איך נישט געגעםן פון דער טורמע־קיך. אין דעם ברויט, װאם מ׳האט איבער־ געשיקט צו מיינע חברים, האב איך ארײגגעלײגט א ברױועל און זיי געשריבן װעגן מיינע איבערלעבעגישן. אײן מאל האב איך געהאט א שלעכטן חלום װעגן א חבר, אז ער איז געשטארבן.

passage_1c4a64b55edb2cf20780fae9
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 837-1670

דאם איז געװען א קראנקער חבר. איך האב געבעטן מײן שליםערין, װען די מענער גײען אויפן שפאציר, זי זאל מיר געבן די געלעגגהײט א מינוט צו קענען זײ זען. זי האט זיך גוט אנגעביתערט אויף מיר. איך בין געװען זײער דענערװירט פון הונגער־שטרײק און געזעםן אויף דער נארע. קומט ארײן די שליםערין, לאזט די טיר האלב אפגעלענט און פארקוקט זיך אויף א בילדל. אז איך האב עס באמערקט, האב איך געטראכט, אז מען דארף זיך ארויםגליטשן. איך האב באמערקט די מענער שפאצירן. האב איך זיך געשטעלט אין א װינקל און געכאפט מיט זײ א פאר װערטער. ם׳האט מער נישט געדויערט װי 5 מינוט, איז די שליםערין אויפגעשפרונגען, אנגעהויבן מיך כלומרשט זוכן און געפרעגט ביי די אנדערע * ״ווו איז די שערמאן געלאפן?■״ זי האט געשריגן. איך האב פארשטאנען, אז זי מוז שפילן אזא ראלע.

passage_5f4da6c43c31803d2f3be626
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1672-2871

איך האב זיך דערװומט, אז די מלחמה ענדיקט זיך. האב איך שלום געמאכט מיט מײן גורל׳ פארענדיקט מיטן הונגער־שטרײק. אין א שײנעם פרימארגן זענען ארײנגעקומען צוױי טורמע־װעכטער און געמאלדן, אז װער עס האט נישט קײן אורטײל, װעט באפרײט װערן. זײ האבן געהײסן זיך צוגרײטן. די שװער־באשטראפטע האבן זיך צעװײנט. 6 חדשים זענען מיר אפגעזעסן אין פיאטרקאװ. מיר זענען גרופנװײז ארויםגעלאזן געװארן. אויף דער גאס איז שױן געװען פרײלעך. אונדזער גרופע האבן אפגעװארט די בונדישע חברים און פארבעט זיי אין לאקאל ארײן, װו ם׳איז געװען צוגעגרײט פאר אונדז א מאלצײט. פאר נאכט האט מען אונדז געפירט צו דער לאדזשער ליניע. מיר האבן געקראגן דעם אדרעס פון חבר פאזנאנםקי. דער חבר פאזנאנסקי האט פאר אונדז צוגעגרײט בײ חברים צו עסן און צו שלאפן אױף אײניקע טעג. אײן חבר איז געװען בוימגארטן. ער לעבט הײנט אין אמעריקע. מיט עטלעכױ טעג שפעטער זענען מיר אהײמגעפארן. מיר זענען אפגעשטיגן אין װארשע. אויפן באן האבן אונדז אפגעװארט חברים. זײ האבן זיך מיט אונדז געפרײט און אונדז דערצײלט, אז מיר זענען דורכן לוקאװער פעלד־געריכט געװען פארנדנופט צום טויט, מיר בײדע — חיה שערמאן א מ משה הובערמאן, זײ האבן

passage_6fb644876b8a0b47ce7e0ca4