Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 128
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-973

124 םפר לוקאװ משה הובערמאן איז געװען דער ערשםער פונקציאנאר פון פראפפאראײן. ער האט די ארבעט געםירט מיטא םד חכמה און טאקט. אין גיכן הײבט אן דער פראפפאראיץ צו פירןא קולטור־ארבעט. בײם פאראײן װערט געשאפןא דראמקרײז׳ װאם פירט אויף טעאטער־פארשטעלונגען מיט גרוים דערפאלג. דער דראמקרײז װײזט זײנע פארשטעלונגען אויך אין די ארומיקע שטעט. די הכנםה גײט אויף שאםןא ביבליאטעק בײם פאראײן. אין פאראײן הענגט אונטער דעם בילד פון קארל מארקם זײן לאזונג ״װיםן איז מאכט״. דער װיכטיקםטער קװאל פון װיםן םארן ײדישן ױגנטלעכן איז דאם יידישע בוך. לײגן טאקע די אקטיװיםטן ארײן אלע זײערע כוחות אײנצושאפןא ביםל ביכער. מיטא באזונדערער איבערגעגעבנקײט ארבעט אין דער ריכטונג שיע־װעלװל צוקערמאן. בײם פאראײן װערן געשאפן קרײזלעו אויף צו דערלערנען דעם א״ב פון מארק־ םיזם. אין די שבתים װערן אײנגעארדנט קעםטל־אװנטן. דער ״לאקאל״ פון פאראײן איז צו ענג אויף ארומצונעמען די גאנצע טעטיקײט.

passage_878a4076e0dc96c1e596be06
Passage 2normalized OCR · source chars 975-2180

בעת דער גרינדונג איז דער פראפפאראײן געװען אונטער דער אנפירונג פון ״קאמ־ בינד״. שפעטער איז ער ארונטער אונטערן אײנפלום פון די ״רויטע״. די פאליצײ האט אנגעהויבן שיקאנירן דעם פאראיק. איןא זומעראװנט װערט דער פאראײן ארומגערינגלט דורך דער פאליצײ. אלע אנװעזנדיקע װערן פארהאלטן און װי פארברעכער װערן זײ אפגעםירט אין ארעםט. צװישן זײ איז אויך געװען דער פאראײנם־פונקציאנאר שעפםל בעריש. איןא קורצער צײט ארום איז ער געװארן דערמארדעט דורך דער דעפענםיװע. דער לאנגיאריקער פארזיצער פון נאדל־פאראײן, בנימעלע שילדקרויט׳ און דער אלטער בן־צױן לאנדםבערג לײגן ארײןא םך ענערגיע, אז דער פאראײן זאל װערן צוריק געעפנט. דער לאקאל פון פראפפאראײן איז געװען דאם אײנציקע ארט׳ װו די לינק־געשטימטע ארבעטער האבן אין די אװנטן געקענט ארײנקומען, רעדן װעגן ארבעטס־ענינים, שמועסן איבער פאליטיק און אויך נעמעןא בוך צום לײענען. צו די װאלן אין שטאטראט האט דער פראפפאראײן ארויסגעשטעלט אן אײגענע ליםטע. די ערשטע צוױי קאנדידאטן זענען געװען שלמה זאקאליק און משה שלאכטא־ װיטש— ביידע קאמוניסטן. די ליסטע פירט אדורך איץ מאנדאט• נישט לאנג נאך דער פילםודםקי־איבערקערעניש הײבן זיך אן ארעסטן אין שטאט.

passage_58c95bba7702477f3e406d14
Passage 3normalized OCR · source chars 2182-2788

מען ארעםטירט די פירער פון פאראיץ מיטן ראטמאן שלמה זאקאליק. די פאליציי בא־ פאלט דעם לאקאל פון פאראײן און פירט דארט אדורך אן אמתן פאגראם. די ביכער פון ביבליאטעק װערן געשלײדערט פון צוױיטן שטאק אויפן ברוק אראפ. דער פאראיץ־לאקאל װערט פארחתמעט• נאך עטלעכע מאנאטן עפענען די לוקאװער ארבעטער זײער נײעם פראפפאראײן. נאך א סך אינטערװענצן (בײם רעפערענט נאװאצקי,א פארביסענער אנטיםעמיט) פון אלטן פארזיצער פון די לעדער־ארבעטער לאנדםבערג און דעם דעמאלטיקן פארזיצער פון די נאדל־ארבעטער, דער שרײבער פון די שורות— װערן צוריק אפגעגעבן די ביכער פון

passage_939544d0d5e00e56318106d1