Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 129
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1317

םםר לוקןן װ 125 דער ארבעטער־ביבליאטעק. די ביכער קומען צוריק אין א שרעקלעכן צושטאנד. דער פאראײן פירט אדורך פארשידענע א־נטערנעמונגען, װעמענס הכנסה עס גייט אויף אײנקויפן נייע ביכער. דער כראנישער עקאנאמישער קריזיס אין פוילן האט אויך שטארק געטראפן אונדזער שטאט. גאםטמאן האט געשלאסן די פאבריק. אין אלע פאכן הערשט א גרויסע ארבעטס־ ייאזיקײט און דער גרעסטער טייל לוקאװער ארבעטער זוכן ארבעט אין די גרעסערע שטעט. אויך דער פאליצײאישער טעראר האט אפגעשװאכט די ארבעט פון פאראײן. משה גאטעסדינער דערמאנונגען פון א לוקאװער געװידמעט מײנע עלטערן, די קדושים יצחק״אײזיק און דװאשע דאס פאליטישע און קולטור־לעבן ביי די ײדן אין לוקאװ האט א פנים אנגעהויבן זיך פארמיר ן אין סוף 19טן יארהונדערט. א באװײז קען מען זען דערין, װאס די ביכער אין דער ביבליאטעק, װאס איז אפיציעל געגרינדעט געװארן אין יאר 1916, זענען געװען געל פון אלטקײט. עס איז א פאקט, אז אין יאר 1905 איז אין לוקאװ פארגעקומען א גרויסע רעװאלוציאנערע דעמאנסטראציע מיט דער באטײליקונג םץ א ריי יידישע חברים. דער מארש איז אװעק צום פוילישן קאשטשאלאו צו דער פאװיאטאװער נאטשאלםטװע מיט רעװאלוציאנערע לידער. די פאליציי האט זיי צעטריבן און אדורךגעפירט ארעסטן, אבער מען האט געפילט, אז ערגעץ בחדרי חדרי- קומט פאר א קאנספיראטיװע ארבעט.

passage_4a456551e7aecea3e9e0049b
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1319-1995

מיר, דאן נאך קליינע חדר־ינגלעך, האבן נישט געקענט פארשטיין, פאר װאם גראד אין דער ״טשאיניע״, װו מען נעמט שבת הײם װאסער, דרײען זיך ארום ארוים בחורים מיט ביכלעך, פארשטעקטע הינטער די פאלעם. אין די שפעטערדיקע יארן האב איך זיך דערװוסט, אז אין יענער ״טשאיניע״, װו א גאנצע װאך האט מען פארקויפט הײװן צו ראשטשינעם אץ אויף שבת האט מען געשטעלט טשאלנ ט (אויף דער װארשעװער גאס, אנטקעגן דער פוילישער אפטײק), איז געװען דער ״גענעראל־ שטאב״ פון דער רעװאלוציאנערער יוגנט. די יוגנט האט געשלונגען די ביכער אץ בראשורן און סץ די בחורים אץ מײדלעך זענע ן אויסגעװאקסן א סך קולטור־טוער אץ פאליטישע אקטיװיסטן. װעלט־

passage_e31d52a888703074580e4777