8 סםר לוק1|וו די ניי ע צייט ן האב ן ד י לוקאײע ר ייד ן ניש ט געײוס ט פו ן קיי ן פשרו ת — פ>זרביסן אי ן אל ץ: פארביס ן אי ן ציוניזם, פארביס ן אי ן ״בונדיזם״, או ן אוי ב וועלט־רעווזןלוציע, ז>ז ל ז י ניש ט אויסל>זז ן זןפיל ו דא ס קלענסט ע דאר ף אי ן ווייטן אזיע...
אין יאר 1947, בעת מיין נסיעה איבער די חרובֿע שטעט און שטעטלעך אין פוילן, בין איך אויך געווען אין לוקאוו, און עס איז מיר שווער געווען צו גלייבן, אז אט די שטאט ליגט אויף א געזןזגרזןפיש־סטראטעגיש וויכטיקן פונקט. מער איז געווען אנצונעמען, אז דער מארק און די גאסן מיט די הייזער זענען געווען זכּר פון א שטאט, פארווארפן ערגעץ אין סאמע עק וועלט; זכּר פון א יידישער שטאט, מיט שילדן, וואס כאטש געשריבען מיט פרעמדע אותיות, האָבן זיי אנראפגעשוויגן יידיש פון איבער די טירן: דא האבן יידן געהאנדלט מיט שניט־סחורה, און דארט איז געווען א צעלניק־קראם; דא איז געווען א יידישע שעגק, און דארט — א יידיש אייזן־געוועלב. צווישן די שילדן איבער די טירן און די פנימער פון הינטער די טאמבענק איז נישט קיין שום שייכות. פרעמדע פנימער, פנימער פון מענטשן, אוממשותדיקע, ווי שאטנס. באלד וועלן זיך הינטער די טאמבענק פון די קראמען באווייזן די רעאלע געשטאלטן — און די שאטנס וועלן פארשווינדן. די קראמען וועלן זיך אנפילן מיט לעבן, אויף די טונקעלע פלעקן פון די ביישטידלעך וועלן זיך צוריק בא־ ווייזן מזוזות, די גאסן וועלן פול ווערן מיט באוועגונג, איבער די שפיציקע שטיינער פון ברוק וועלן זיך צערוישן אייזערנע רייפן, און געשרייען פון בעל־ עגלהס וועלן זיך איבעררופן פון איין עק שטאט צו דער צווייטער.
דאס איז נישט געשען. אכט טויזנט יידישע נפשות האבן געלעבט אין לוקאוו און פון זיי איז בלויז זייער שאטן געבליבן — א שאטן און שילדן איבער קראמען. א שאטן און די טונקעלע פלעקן, וו><ס האבן נעכט געהאלטן מזוזות אויף די ביישטידלען, א שאטן און איינציקע מצבות, וואס זענען געבליבן אויף פאראיינצלטע קברים אויפן לוקאווער בית־עולם. די קריסטלעכע באפעלקערונג אין לוקאו איז דעמאלט געווען געל>זשן, ווי אויף צו מארגנס נאך א שיכרות־באל, א מין קאצניאמער פון חושים־ פארטעמפטקייט. דער אדער יענער האט מיט >ז בליק פון מיטשולד געקענט אנווייזן אין דער ריכטונג פונעם ראדזינער טראקט, אדער אין דער ריכטונג פון לובלין, אדער סתם א טרייסל טאן מיטן קאפ: זיי, די דייטשן, _װי אן >ןדרעס פון די, וואס האבן איבער לוקאוו איבערגעלאזט א פחדימדיקע שטילקייט, ווי פון די פריערדיקע שטורעמס איז אין לוקאוו נישט געבליבן קיין צייכן, אזוי איז אין דער שטאט קיין צייכן נישט געבליבן, אז דא האט געלעבט, געהארעוועט און געטרוימט פון גאולה א געזונטער יידישער פאדליאשער שבש, וו^ס האט נישט געװיס ט פון רו. מאסן צעווארפענע גלידער פון ז^ט דעם