Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 148
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1159

144 סםר לוקאװ בארנשטיץ׳ דער זעלבער׳ וואם האטא מאל געלערנט אין ישיבה, איז געײאח אונדזער ״ראש קבוצה״. ער האט געטראגן נישט בלויזא פאםעק, נאד אויךא ״פזשעפאםעק״, אץ דאם זעלבע שמואל ליכטער— ביידע זענען זיי געווען ״קשישים׳. מיר זענען געװען ״צופים׳. מיר האבן נישט געהאט קײן פארדרום, װאם מיר געפינען זיך צוױשן די יונגע. פארקערט, מיר האבן גערן געװאלט זיץ צװישן די יונגע מיידלעך. אונדזער קבוצה האט באקומען דעם נאמען ״קבוצת טרומפלדור״. דער לערער ראזענצװײג האט אונדז געשאפןא פאטראן,א ״נשיא כבוד׳•— דער ה׳ בענדערמאן פון דער אפטײק. אז מ׳האט געדארפט פועלן עפעם אין דער םטאראםטװע װעגןא בלימל־טאג אדער אן אונטערנעמונג, האט ער עם דערלײדיקט. איד דערמאן זיךא ״ל״ג־בעומר״ װען מיר זענען אװעק אין זאפאװיעניקער װאלד. ה׳ בענדערמאן האט געדונגעןא וױים פערד און געריטן פארוים פאר דער מחנה. צו דעם צװעק האט ער זיך באצײטנם באשטעלטא פאר רײטהויזן. שפעטער האבן לצים דערצײלט, אז ער איז עטלעכע טעג געלעגן אין בעט, וױיל ער האט זיך אפגעריבן די הויט. נישט בלויז דער װאלד, גאר די גאנצע שטאט איז דעמאלט פול געװען מיט ״השומר הצעיר״.

passage_01d65b512a093729edfd2a2f
Passage 2normalized OCR · source chars 1161-1428

פארשטייט זיך, אז די פרומע ײדן האבן גישט געקענט דולדן די ארבעט פון ״השומר הצעיר״. עם האט זיך ארויםגעװיזן, אז אפילו מ־ידלעך פון ״בית יעקב״ קומען אין געהײם אין ״השומר הצעיר״. באזונדערם געברענטע צרות האבן מיר געהאט קן פץ ״השופר המיר״

passage_d6a5a152cdde72daac942d00