Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 148
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1159

144 ספר לוקא װ בארנשטיץ׳ דער זעלבער װאם האט אמאל געלערנט אין ישיבה, איז געװען אונדזער ״ראש קבוצה״. ער האט געטראגן נישט בלויז א פאסעק, נאר אויך א ״פזשעפאםעק״, אץ דעם זעלבן שמואל ליכטער — ביידע זענען זיי געװען ״קשישים׳. מיר זענען געװען ״צופים׳. מיר האבן נישט געהאט קיין פארדרום, װאם מיר געפינען זיך צווישן די יונגע. פארקערט, מיר האבן גער װאלט זיץ צווישן די יונגע מיידלעך. אונדזער קבוצה האט באקומען דעם נאמען ״קבוצת טרומפלדור״. דער לערער ראזענצװײג האט אונז געשאפן א פאטראן, א ״נשיא כבוד׳ • — דער ה׳ בענדערמאן פון דער אפטײק. אז מ׳האט געדארפט פועלן עפעס אין דער םטאראםטװע װעגן א בלימל־טאג אדער אן אונטערנעמונג, האט ער עס דערלײדיקט. איד דערמאן זיך א ״ל״ג־בעומר״ װען מיר זענען אוועק אין זאפאװיעניקער װאלד. ה׳ בענדערמאן האט געדונגען א װוים פערד און געריטן פארוים פאר דער מחנה. צו דעם צװעק האט ער זיך באצײטנם באשטעלט א פאר רײטהויזן. שפעטע ר האבן לצים דערצײלט, אז ער איז עטליכע טעג געלעגן אין בעט, װױל ער האט זיך אפגעריבן די הויט. נישט בלויז דער װאלד, גאר די גאנצע שטאט איז דעמאלט פול געװען מיט ״השומר הצעיר״.

passage_01d65b512a093729edfd2a2f
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1161-1428

פארשטייט זיך, אז די פרומע ײדן האבן נישט געקענט דולדן די ארבעט פון ״השומר הצעיר״. עם האט זיך ארויסגעװיזן, אז אפילו מ־ידלעך פון ״בית יעקב״ קומען אין געהײם אין ״השומר הצעיר״. באזונדערם געברענטע צרות האבן מיר געהאט קן פץ ״השופר המיר״

passage_d6a5a152cdde72daac942d00