166 ספר לוקא װ א םעםטער ייד׳ * מאיי ד זיינע קינדער זענען געװען שטארקע יאםן. פלוג איז געװעז א הײמער מזרחיסט. םון דארט האט געםירט א געםל׳ װ ו עס האט געװוינט צווישן אנדערע דער טאקער םרידלענדער׳ צו ם שול־געםל. ס פון דער װייטנס זעט מען שוין דעם זמ־זײגער פום שול־ הויף און אויך דאם בית־מדרש. דארט׳ אין שול־געםל׳ זענען אויך םאראן עטלעכע בעקערײען׳ און בשכינות — א געװעלב׳ װו שטעפערם האבן געארבעט. דארט איז שטענדיק געװען םרײלעד. בײ טאג האט מען געזונגען א מדילידער האט מען געהערט אין דער דריטער גאם. בײ נאכט האבן זײ פארמאכט די לאדנם און געכאפט א קערטל. חברה פלעגט שיקן נאך א האלבן ליטער און פארבײםן: א ביםל אויפשניט׳ גענדזענע לעבערלעד — און געמאכט א לחײם. אין דער נאענטער האם זיך געפונען ר׳ הערשס הויז. ער האט געהאט אן אײל־ פרעםערײ און א מעל־מילכל. א מאל איז ער געװען זײער א רײכער מענטש׳ א מע ם פלעגן ארומגײן װעגן אים ״לעגענדעם״׳ אז בײ אים אין שטוב קװעטשט מען מאראנצן און װינטרויבן׳ און מען טרינקט דעם זאפט. אבער אין מײן צײט האט מען שוין געשמועםט׳ אז בײ ר׳ הערשן אין שטוב איז קײן ברויט נישטא. ער איז געװען א ױרד.
װײטער אבים איז געװען א פאבריק און א געשעפט פון עסיק׳ און באלד דערנעבן — דאם געשעפט פון מענדל לוםט׳ א טוערסון ״מזרחי״. צו א צווייטן ״מזרחי״־טוערסון האט געהערט דאם דערבײאיקע פאפיר־געשעפט זשיטא. דאם געשעפט האט געפירט די פרוי׳ און ער׳ ר׳ אברהם׳ איז ארומגעפארן מיט רעדעס פארן קרן קימת. ער איז אויך געװען א פיינער בעל־תפילה. א געוויסע צײט איז ער געװען דירעקטאר פון ״בית הספר מזרחי״. ער האט געהאט א גרויסע השפעה אויף דער יוגנט. אין סאמע מיטן מארק זענען געשטאנען הילצערנע בײדלעך׳ װאם מען האט געקאנט איבערפירן ווו מען װיל. פאר די בײדלעך׳ פארנט צו דער גאס צו׳ איז נאד געהאנגען דער אלטער גלאק אויף א גרויסן קלאץ׳ ארומגעקלאפט מיט שטארקע לײסטן׳ אז מען זאל זיך קענען שנעל ארויפדראפן און קלינגען בעת א שריפה. אין מײן צײט איז שוין געװען אן עלעקטרישע סירענע.
אין צעגטער פון מארק זענען געװען אויסגעזעצט פרויען׳, בעיקר עלטערע, בײ די טישלעך מיט פארשידענע פרוכטן און גרינװארג. װינטער האבן זײ זיך געװארעמט די רויטע הענט בײ די פײערטעפ. דער ריח פון די פרוכטן איז איבערגעגאנגען אין ריח פון פיש׳, װען מען האט זיך דערנענטערט צו די טישן מיט פיש • א מפיש זענען געװען מכל המינים * פון קלײנינקע םטינקע ם ביז ריזן־לעשטשעס. נישט װײם פחד י פישערם׳, כמעט אין םאמען מיטן מארק׳, איז געװען די װאסער־פאמפע. דא פלעגן קומען די װאסערטרעגערס נעמען װאסער. װינטערצײט איז פאר דער פאמפע געליגן אן אײז־ בארג פונעם פארפרוירענם װאסער׳, און מען האט געדארפט זיך גענוג פלינק צוצוגײן נעמען װאסער און זיך נישט אױםגליטשן. אין צענטער פח מארק האבן זיך ארומגעדרײט די צװײ ברידער שאמעלע א ח בוטשע׳, װעלכע פלעגן אויפקויפן פארשידענע זאכן בײ די פויערים. זײ זענען געװען