Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 180
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1099

176 םםר לוקאװ אויף צו מארגנם זענען געקומען ײדן מיט עםנװארג. זײ האבן אונדז געטרײםט, אז אין גיכן װעלן מיר באםרײט װערן. איןא געװיםן מאמענט האמ ייד דערהערט דאם געשריי פוןא ײד אויםן תפיםה־הויף: ״כ׳בין אומשולדיק, הרגעט מיך נישטו שמע ישראל׳*! באלד איז געפאלןא שאם. עם האט זיד שפעטער ארויםגעװיזן, אז דאם איז געװעןא שעדלעצער ײד, װאם בײ די באלעועװיקעם איז ער געװעןא טוער אין מאגיםטראט. ענילעד איז געקומען דער באפעל צו פארלאזן די טורמע. די לוקאװער ײדן זענען געװארן ארומגערינגלט פון רײטער־פאליצײ און דער מארש האט זיד אגגעהויבן. אויפן װעג איז װידער אנגעקומען מיליטער און פאר די אויגן פון דער פאליצײ געפאדערט פון די ייח געלט. אזוי װי דער עולם האט קיץ געלט נישט געהאט, האט מען אנגעהויבן אראפציען פון די מענטשן די מלבושים אץ די שיד. קארלינםקי פון דער װארשעװער גאם אין לוקאװ האט נישט געװאלט אװעקגעבן זײנע נײע שטױול. די זעלנער האבן אים אנידערגעװארפן אויף דער ערד. אײנער פון זײ האט ארויפגעשטעלטא פום אויף זיץ האלח און די אנדערע האבן אים אראפגעצויגן די שטױול.

passage_2222d24b8a3c7d8e4c3463b8
Passage 2normalized OCR · source chars 1101-2079

מיט צרות און קלעפ איז מען ענדלעד אנגעקומען קיץ לוקאװ און מען האט אונדז ארײנגעפירט אין דער ״קאזיאננע טשאיניע״ קעגנאיבער דעם מאגיםטראט. וױ עם האט זיד שפעטער ארויםגעװיזן, האבן די דאזארעם אין שטאט זיד באמיט, אז מען זאל די אלע, װאם זענען געװען באשולדיקט אין העלפן די באלשעוױקעם, ברענגען קײן לוקאװ. זײ האבן פארשטאנען, אז דא, אין לוקאװ, װעט זײן לײכטער אפצושרײען די גזירה. וכד הװהז אין עטלעכע טעג ארום האט מען אלעמען באפרײט, אןא משפט אפילו. נאכן צוריקקומען פון פוילישן מיליטער, האבן זײ אנגעהויבן ראבירן און מארדן ײדן. עם איז דאן דערמארדעט געװארן בעריש ליכטער. דער רב שלמה בראון, װעלכער איז באשולדיקט געויאח אין שפיאנאזש לטובת די באלשעװיקעם, איז ארויםגעעזלעפמ געװארן אויפן װאקזאל, מען האט אים ארונטערגעשטעלט אונטער דער הידראולישער פאמפע און געלאזן אויף אים לויפן דאם װאםער נאד דעם װי מ׳האט אים שרעקלעד צעשלאגן. פון די קלעפ איז דער רב געװארן פאראליזירט.

passage_fa99d97652c948b67172775a
Passage 3normalized OCR · source chars 2081-2631

איןא צײט ארום איז געקומעןא פויער און דערצײלס װי פוילישע זעלנער האבן זיד איזדיעקעװעט איבערא גרופע ײדן. זײ האבן געצוװנגען די יידן צו טאנצן און דערנאד גראבן פאר זיד אליץא ברודער־קבר. מען האט זײ אלע דערשאםן אץ באגראבן אין דעם גרוב. די חברה־קדישא איז ארויםגעפארן אויפן אנגעװיזענעם ארט און אזיםגעגראבן די הרוגים. זײער צאל איז געװען13 און צװישן זײ זענען געװען לוקאװער ײדן. מען האמ די קוים דערקענט. אין דער לװיה פון די קרבנות האט זיד באטײליקט די גאנצע לוקאװער ײדישע באפעלקערונג•

passage_4447824bc16d6c9609c90209