Original scan
Original memorial-book scan 181
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1141

לייביש פעלהענדלער מײנע ױנגע יארן אנגעהויבן גיץ אין חדר האב איך צום באקאנטן מלמד מרדכי גלאזשנײדער. ער איז געװעןא ״קינסטלער אין פאך״ בײם לערנען מיט די קלײנע קינדער. דער בעלסער פלעגט אונדז ברענגען אין חדר אריץ אין דער פרי׳ און אין אװנט— אונדז אפסירן אהײם. װען מיר זענעןא ביסל גרעסער געװארן, פלעגן מיר שוין אלײן קומען און גיץ אהײם. שפעטער האט מען מיך אפגעגעבן צוא ״העכערן״ מלמד. בײ אים זענען מיר געװען3 תלמידים אין גאנצן: בן־ציון סקורקע— װעלװל טרעגערס זוך שמעון טשאקע פון מעזריטשער גאס און איך גופא. אין יענער צייט האב איך זיך אנגעהויבן חברן מיט יאנקל טיקאלסקי/ שלמה זאלצהענדלער/ מלך פראכטגארטן/ אידל פינקלשטײן/ ראזענבלאט/ משה פעלדמאן. מיר האבן זיך צונויפגערעדט וועגן אנהייבן לערנען זיך אין דער שטאט־שולע (גאראדסקאיע אוטשילישטשע). מלך פראכטגארטן און שלמה זאלצהענדלער האבן זיך שוין דארט געלערנט און די האבן אגיטירט די אנדערע צו טאן דאס זעלבע. מיט דער הילף פון באקאנטן רוסיש־לערער/ איטשעלע/ צירעלעס מאך האבן מיר זיך צוגעגרייט צו די ארײנטריט־עקזאמענס. מיר האבן אויסגעהאלטן אויף אויסגעצייכנט.

passage_024e447e1ddc5dd5bd13f9ed
Passage 2normalized OCR · source chars 1143-1532

װי נאר איך בין אריץ אין שולע־קלאס האב איך תיכף באמערקט אויף דער הויפט״וואנט אין גאלדענע גרויסע אותיות די נעמען פון די שולע גרינדערס: 1) אדוו* לעוואנדעוויטש/ 2) בירגערמייסטער תזשיצקי/ 3) סעקרעטאר פאניאטאווסקי און 4) בערעק פעלהענדלער. דער לעצטער איז געװען מיין זײדע. מיץ פאטער און זײדע זענען געװען פרומע ײדן/ אבער נישט קיץ ״פארקנײטש־י 177

passage_1cdf4df447ffb5cb6e8ca7cf