186 ספר לוקאװ די דאזיקע געשיכטע און אויך דאס פארשיקן יידישע אפיצירן און זעלנער אין לאגער קײן יאבלאנע האבן נישט געשטארקט מיינע פאטריאטישע געפילן צום נייעם םוילן. איך האב זי ו דערמאנט װי מײן טאטע האט אמאל אין א מוצאי יום־כפור גע־ זאגט צו מיר, אז ווען ער זאל זיכער זיץ, אז דאם קאן העלפן פאר ״לשנה הבאה בירושלים״, איז ער גרײט צוריקצוגי ץ אין שטיבל אויף נאך 24 שער-.. מנחם אגמאן סילועטן פון דער הײם לוקאװ פון די פרימסטע קינדער־יארן אין לוקאװ געדענק איך דעם מארש פון דער רויטער ארמײ אויף װארשע אין יאר 1920. איך בין שפעטע ר געװארן נאענט צו דער רעװאלו־ ציאנערער באװעגונג אין לוקאװ. אין יאר 1939, בעתן צוריקטריט פון דער רויטער ארמײ, האב איך פארלאזט לוקאװ און צוזאמען מיט דער רויטער ארמײ אװעק אויף די סאװיעטישע געביטן, כדי צו פארװירקלעכן מײן חלום. די צװײטע װעלט־מלחמה האט מיך צוריקגעבראכט אין מײן אלטער הײם, אין פוילן, שוין נישט דעם זעלבן — נישט אין די יארן, נישט אין די אידעאלן- *
אין מײן זכרון האבן זיך אײנגעשניטן דרײ הויכע ײדן מיט בערד און מיט ברײטע פלײצעם. זײ האבן דערמאנט לעגענדארע רוםישע געשטאלטן. דאם זענען אבער געװען פשוטע, ערלעכע, רעליגיעזע ײדן: מיץ פאטער חײם אץ זײנע צוױי ברידער מרדכי און אליהו, מיץ פאטער איז געװען א דארפם־הענדלער, מיץ פעטע ר מרדכי — א טרעגער, און מײן פעטע ר אליהו — א דראשקאזש. אט די דרײ ברידער האבן שװער געארבעט אויפן שטיקל בחיט. פון די שכנים אונחערע געדענק איך אברהם דעם גלעזער מיטן שפיציקן בערדעלע • ער האט תמיד געטראגן מיט זיך א לאנגע װירע און געזוכט פענצטער מיט אויסגעהאקטע שויבן. מען פלעגט זאגן אויף אים, אז מיט דער װירע מעסט ער די לוקאװער גאסן. זיץ פרוי ריתל איז געװען זייער א שײנע. זי פלעגט קנעט דעם קיט ביי אונדז אין געסל און צוזינגען זיך דעם ליד ז״גײ איך מיר ארוים אויפן גאניקל דאם שטעטעלע צו באקוקף.. . דער צװײטער שכן, אריה קצב, איז געװען מער ״לײט״. ער איז געװען א חסיד ביים מיעכאװער רבין. מיט דץ פאמיליע פץ 5 פערזאן האט ער געוץינט אין א צימער בײ קאפ ל גאנטשאזש .