Original scan
Original memorial-book scan 193
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1313

כםר לוקאו ו 189 האבן געארבעט ביי 300 ארבעטער. אלע פראקציע־פראצעסן, ביזן םארטיק מאכן דעם קאםטן צו ם פאקן, זענען דורכגעפירט געווארן אין גאםטמאנם פאבריק. דער אלטער גאםטמאן איז געווען כמעט אן אנאלפאבעט, אבער די םאבריק האט ער געפירט אויסגעצײכנט. מיט א בליק האט ער אלץ געבראכט אין ארדענונג. דץ רעכטע האנט איז געווען שלמה פעלדמאן, גערופן האט מען אים שלמה װערקפירער. ער איז געווען דער נערװ פון דער פאבריק. ער האט קאנטראלירט אלע ארבעטם־פראצעסן. אינטערעםאנט, אז גאםטמאנם שיך־פאבריק האט אין א געװיסער צײט געדינט װי א ״פעםטוע״ פאר ײדישע טעכטער קעגן די פאגראמשטשיקעם. בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה, אײדער דאם רוםישע מיליטער איז אפגעטראטן פון לוקאװ, האבן די קאזאקן זיך געלאזט װװילגײן איבער דער ײדישער באפעלקערונג און אנגעהויבן פארגװאלדיקן ײדישע טעכטער. דאם אײנציקע ארט, װו מען האט געקענט זיצן זיכער, איז געווען גאםטמאנם פאבריק. אהין האבן די ײדישע מאמע געבראכט זייערע טעכטער. װען פוילן איז געװארן זעלבשטענדיק, האט די גאםטמאן־פאבריק פארלוי ח דעם חםישן אפזאץ־מארק. די גאנצע פראדוקציע איז געווען אויסגעשטעלט אויף פוילן. עס האבן בכלל אנגעהויבן בלאזן נײע װינטן. די ארבעטער האבן זיך ארגאניזירט, געשטעלט פאדערונגען. דער אלטער גאםטמאן האט זיך געבײזערט, אבער ער האט געמוזט נאכגעבן.

passage_8a3d1d31d1928ecc5c701233
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1315-1960

נאכן טויט פון אלטן גאםטמאן איז די פאבריק געװארן אנגעפירט פון די קיגדער. די האבן זיך פונאנדערגעטײלט מיט די פונקציעם. דער עלטסטער זון, בערל, איז תמיד געװען אין װעג און געשאפן באשטעלונגען פאר דער פאבריק. יהודה האט זיך םארנומען מיט דער אדמיניםטראציע פון דער פאבריק • אויך די אנדערע זין — ױםף ׳ לוי און בנימין האבן געהאט זײער באשטימטע ארבעט. גאםטמאןס קינדער זענען שוין חוקא געװען געלערנט. אבער צום באדויערן האבן זי אלץ פארתכלעװעט. דאס ריזיקע םאר־ מעגן, װאס דער גישט־גראמאטנער פאטער האט געשאפן, איז אומגעבראכט געװארן דורד די געלערנטע קינדער • די פאבריק האט באנקראטירט.

passage_a106a31c51e03230e58e234c