Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 194
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1341

שמואל הובערמאן לוקאװ פון מײן דור דאס שטעטל לוקאװ האט איך געזען אין מײנע קינדער־יארן און אין דער צײט פון מיץ רײף װערן, א קלײן שטעטל מיט פשוטע הארציקע ײדן, הארעפאשניקעס — באלמע־ לאכעמע ארבעטערן, פרומע ײדן, װאם זענען טאג און נאכט געזעסן בײ די גמראם. איך האב געזען די גאסן און געםלעך אין די שבתים און יום־טובים, און איך האב זײ געזען אין די װאכנטעג — מיט זײער ארעמקײט, מיט זײער פײן און נויט. איך געדענק דעם 18־װאכיקן שטרײק פון די שוםטער־ארבעטער. אבער שטענדיק, סײ אין די יום־ טוב־טעג, סײ אין דעם גרויען אינדערװאך איז דאם ײדישע שטעטל געװען אײנגעהילן אין בטחון און אין האפענונג אויף א בעסערן מאז־גן. טויזנטער חנע האט געהאט אונדזער לוקאװ. די שטאט איז געװען ארומגערינגלט מיט רחבותדיקע פעלדער און טיפע װעלדער — דער זאפאביעדניקער װאלד און דער לאזער װאלד. שבת פלעגט יונג און אלט גײן צום זאפאװיעדניקער װאלד. ױגנט־קרײזלעך פלעגן דארט אפהאלטן אומלעגאַלע ״מאסװוקעס״ און פארזאמלונגען. א פרײדיק געזאנג האט זיך געטראגן פון דארט — לידער פון קאמוניםטן, השומר־הצעיר, ״בונד״, פון דער חלוצישער ױגנטן לידער פון פרײהײט, פץ בענקשאפט צו ארץ־ישראל. * אונדזער שטאט האט זיך נישט געקענט בארימען מיט גרויס רײכקײט, אפילו פון די בעסער־םיטואירטע ײדן. און דאך איז די שטאט געװען אלעמען טײער.

passage_1885315b0605c95940511fcf
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1343-2072

פיר הויפט־קװאלן פון פרנסה האט לוקאו פארמאגט: קליינהאנדל, געגריװעטע שוסטער, טאנדײט־שנײדער און םופרי־םת״ם, פון אומעטום האט ארויסגעשײנט די ײדישקײט. די סופרים — בונדיםטן — פלעגן ביים שרײבן די מזחם און מגילות אונטערזינגען רעװאלוציאנער ע לידער... די געגרי־ װעטע שוסטער פלעגן זינגען לידער פון קאמף• די קאװערם בײ די געגריװעטע שוסטער זענען געװען די ״שטאפעטן״ בײם מעלדן די ״פאדפונקטן״ פון די אומלעגאלע ״מאסװוקעס״ און מיטינגען. די טאנחיט־שנײדער פלעגן זיך גרײטן צו די מערק און יאריח• די קרעמער פלעגן שטיץ פאר די טירן פון דיערע געװעלבער און אױסקו ^ די קונים. זיי האבן געשאלטן דעם ״אוזשאנד םקארבאוױ״ (שטײערן־אמט), װאם נעמט זיי צו דעם ביםן םתמויל. 190

passage_c1bd111140644fa90f896ee9