Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 196
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1211

192 ספר לוקאוו דעם ערשטן מאל פלעגט מען מאלן אויף מצה־שמורה. דעמאלט איז די השגחה געווען גאר א שטרענגע. נאכן מאלן, האט מען דעם מעל אוועקגעפירט אין שטאט אריץ מיט גרויס פאראד, אונטער דער באגלייטונג פון צענדליקער חסידים. איין מאל האב איך געזען דעם אנקום פון דעם שמורה־מעל צום מיעכאװער רבין, װאם האט געװוינט אויף קאנאלאװע־גאס. נאכן אפלאד דעם מעל האט מען געטרונקען לחיים... ערשט דאן האט מען געמאלן מעל פאר אלע פשוטע יידן. אין די מצה־בעקערייען זענען געשטאנען ײדענעס און מײדלעך מיט איעגעפאלענע פנימער און מיט געשװאלענע הענט פון װעלגערן די מצות. פון פורים ביז פסח איז דאס געװען א קװאל פון פרנסה פאר הונדערטער ארעמע שטובן. אחוץ ביים אױװן און ביים קגעטן — האבן געארבעט נאר פרויען. די װאסער־גיםער זענען געװען ײנגלעך. איך האב ארײנגעקוקט און געחלומט צו זײן א װאסער־גיםער... און אזוי האט דאס שטעטל זיך געגרײט אויפצונעמען דעם יום־טוב פסח... אויפן פאםטעװניק, אין דער יאטקע־גאס קאלכט מען די שטובן און אין דרויסן ליגט דאס גאנצע ביםל ארעמקײט. ערב־פסח ברענגט מען פריש שטרוי און מען פאקט דאס אין די שעני־ קעס. מען װאש ט די פאדלאגעס און מען שיט זיי אויס מיט געלם זאמד.

passage_39a0d4e99187798ac69ab8f6
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1213-2361

דעם ערשטן טאג פםח זעט מען די קינדערלעך אין נייע שיכעלעך, יאקעלעך און הײזעלעך. אין שטעטל איז יום־טוב. די פעלדער ארום דעם שטעטל ווערן גרין. עס באוױות זיך דער בעז אויף די בײמער. דער זאפאװיעדניקער װאלד לעבט אויף. ײנגלעך און מײדלעך גײען אהין אויף ״מאיװוקע״. נײע האפענונגען ברענגט דער פרילינג. * געזעלשאפטלעך האט לוקאװ פארגעשטעלט מיט זיך א מאזאלק פון אלערלײ ריכטונגען — מיט אויסגעשטרעקטע ארעמס צו אלע פאנען מיט זײערע רײצנדיקע צוזאגן װעגן א בעסערע װעלט. מיר האבן געמוזט דורכמאכן אונדזער אנטװיקלונג נאך א פעריאד פון פרימיטיווקײט. די רעליגיעזע קרייזן זענע ןהאן געװען דער שטארקםטער כוח. זײ פלעגן געבן דעם טאן אין שטעטל. עס האבן דאמינירט די קהילהשע אינסטיטוציעס. אן איבערברוך איז געקומען מיטן אנטשטויס פון די רעװאלוציאנערע באװעגונגען און פון ערשטן קולטור־פאראוץ. א נײער װינט האט אנגעהויבן בלאזן. די אװאנגארד־ראלע האט געשפילט דער ״בונד״, שפעטע ר — די קאמוניסטישע באװעגונג, די פראלעטאריש־ ציוניסטישע פארטײען. אין שטאט האט זיך אנטװיקלט א נעץ פון ביבליאטעקן, דראמא־ קרייזן, פראפ. פאראײנען, שולעס, פילאנטראפישע געזעלשאפטן.

passage_5bc927f1c17c5c9f2320ede3
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2363-2788

אויף דער יאטקע־גאס, אויפן מעזריטשער־גאס׳ אין די קליינע געםלעך׳ האט זיך אנגעהויבן א באװעגונג ביי דער יוגנט פץ מיץ דור. מיר זענען געװאח באהערשט פון די גרויסע אידעען. א סך פון די יוגנטלעכע האבן באצאלט מיט יארן תפיסה׳ אנדערע זענען אװעק פאחוירקלעך זייער צױניסטישן חלום אין ארץ־ישראל, און די, װאם זענען גע־ בליבן — זיי האבן געקעמפט אץ אומגעקומען איז יי יאח פץ גרויםן חורבן.

passage_785a97cd13b1b9f048914fca