Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 199
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1190

רפר לוקאוו 195 װײטער האבן זיך געפונען פרימעט םירקעם געסל- חנה שמואלס געםל אמ נאך *נדזגרע- װאם ס׳איז שװער די אויםצורעכענען. אין מאגיסטראט האבן געארבעט בלויז3 ײח. צום בעםטן געדענק איך כאסקלען• ער איז געװען דער, װאם האט פאנאנדערגעטראגן ״פאװיעםטקעס״, מעלדונגען װעגן שטעלן זיך צום פריזױו און אויך צו אנדעדע געלעגנהײטן. ער פלעגט אויך קומען אין מארק מיט זיץ גרויםן גרעגער אמ אזוי לאנג גרעגעח, ביז עם האט זיך צונויפגעקליבן אן עולם. דאן האט ער געמאלדן, אז דאנערשטיק קומט פארא ליציטאציע. ער האט דערבײ אויםגערעכנט װאם מ׳װעט אלץ קענען קויפן:א שנײדערישע מאשין,א שאפע, קופערנע פאנען וכדומה. * פון די אלטע צײטן איז מיר געבליבן אין זכרון דאס יאר 1914, װען די דײטשן זענען געקומעו קימ לוקאװ און אנגעהויבן איעפיח ״ארדענונג״. קודם־כל דאם שטײן גאנצע נעכט אין דער רײ נאך דעמ ברויט פון קאשטאן־מעל. אין אנד,ײב האט מען דאס ברויט נישט געקענט נעמען אין מויל אריץ, אבער שפעטער האט מען זיך צוגעװײנט צו דעם און צו די אנדערע ״ערזאצן״. דאן האבן זײ אנגעהויבן טרײבן אין באד ארײן און דורכפירן די בארימטע ״פארװוקעם״, װאס האבן געמאכטא תל סון ביםל בעבעכעס.

passage_12bf98a869cf41aef3228aa4
Passage 2normalized OCR · source chars 1192-2174

דאם זענען אבער נאך געװען די דײטשן פון פאר היטלערן: זײ האבן נאך געהאט אין זיךא ביסל מענטשלעכקייט. זיי האבן איינגעארדנט4 נײע ברונימער:2 אין יידישן פערטל און2 בײ די פאליאקן. מ׳האט זיך געקענט מיט זײ פארשטענדיקן, וױיל ײדיש איז דאך ענלעך צו דײטש. פאר דער פוילישער אומאפהענגיקײט אין1918 האט די ײדישע באפעלקערונג אין לוקאװ טײער באצאלט:60 קרבנות. עם שטײט מיר נאך פאר די אויגן דאם שרעקלעכע בילד פון די דערשאםענע17 לוקאװער ײדן, דערונטער2 ױגנטלעכע: אריה קצבם און משהלע די קצבטעם. צװישן זײ איז אויך געװען מײן פאטערםא ברודער, מיץ פאטערם א קוזין און שמואל שקלאזשם פאטער. מען האט זײ אלעמען געכאפט הינטער דער שטאט און אומזיסט און אומנישט זײ דערשאםן. פיר װאכן זענען די קדושים געלעגן איןא גרוב און ס׳האט געקאםטא םך מי, ביז מ׳האט געפועלט, אז מען זאל דערלויבן זײ ברענגען צו קבר־ישראל. צוױי אנדערע ײדן, שלמהלע גאפל און זיץ שװאגער, האבן די פאליאקן דערטרונקען.

passage_c68e66e4a6ee334097b51937
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2176-2675

דאם אידיש לוקאוו האט פארמאגט טייערע און הארציקע מענטשן. צווישן די יארן 20—1918 איז אין לוקאוו געשאפן געװאח א פאלקםקיך׳ פאר די געלטער, װאם זענען אנגעקומען פון די אמעריקאנער לאנדסלייט. איך געדענק, װי די צװיי טעכטער פון שטאט־רופא האבן מיט מסירת־נפש געארבעט פאר דער קיך און זיך באמיט, אז די חדר־קינדער זאלן געניסן פון דער קיך. די קיך האט זיך געפונען אין הויז פון פאליאק גראנטשעםקי. א צייט איז אין דעם לאקאל געווארן געשפילט יידיש טעאטער און

passage_3601b38a73041b6db33c7f8b