Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 210
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1155

206 םסד לוקאװ געװעלב סול געײאח מיט נײגיריקע מענטשן, װאם האבן באוװנדערט, װי בוטשעלע לײדיקט אוים די גלעזער. װען ער האט געענדיקט דאם 18טע גלאז, האט ער גענומען דעם שאקאלאד מיט די5 זלאטעם און געזאגט ״א גוטן טאג״. שטײענדיק שוין אין דער טיר האט עד זיך געגעבןא דרײ אוים אױף צוריק אוןא זאג געטאן־ ״רחלע, גיבן זי מירא האלב גלעזל םאדעװאםער מיט םאק״. )1( יאםל ״לגמרי״ און זײן װײב שאשע האבן געהאט זײער געװעלבל אויף מעזריטשער גאס.א םד אקאװער האבן נישט געוװסט פאר װאם מען רופט אים מיט אזא מאדנעם יאמען. מען איז פשוט געװוינט געװען, אז יעדער ײד זאל האבןא צונאמען, אדער מען זאל אים רופן אויפן טאטנם נאמען׳ צי גאר לויט דער שטאט פון װאנען ער שטאמט. ױדעי דבד האבן געזאגט, אז דעם צונאמען האט יאםל געקריגן נאך אין צארם צײטן, װען ער איז געשטאנען צום פריזױו. װען ער איז ארויםגעגאנגען פת דער מיליטערישער קאמיםיע, האט אים אפגעװארט די משפחה. עמעצער פון זײ האט איםא פרעג געטאן! ״נו, מ׳האט דיך ״אםװאבאדזשעט״?— יא, האט יאםל געענטפערט,לגמרי אםװאבא־ דזשעט״ז פון דעמאלט אן האט מען אים אנגעהויבן רופן ״לגמרי״.

passage_a7f1892f3b885ea82465deb9
Passage 2normalized OCR · source chars 1157-1890

״לגמרי״ איז ביז צו דער חתונד, געװעןא ישיבה־בחור. נאך דער חתונה איז זײן װײב שאשע געװען די גאנצע סוחרטע. ״לגמרי״ האט נישט געקענט קײן ווארט פויליש. איץ מאל איז ער געבליבן אליץ אין געװעלב. קומט אריץא גוי און פרעגט זיך, צי ער האט ״פיעפזש״ און ״מידלא״ (פעפער און זײף). האט יאםל געענטפערט! ״ניעמא״ (נישטא). װען שאשע איז אנגעקומען און געפרעגט צי ם׳איז װעד געװען, האט ער געענט־ פערט, אז עפעסא גוי האט זיך געפרעגט אויף ״פיעפזש מידלא״. האט דאס וױיב אים געוױזן אויף די פולקעס און געפרעגט, פאר וואם ער האט נישט פארקויפט. דא איז פעפער, דארט ליגט זײף, דערויף האט יאםל געענטפערט.• ״גיי, זייא נביא, אז פיעפזש איז פעפער, און מידלא איז זײף״י

passage_d60aec9e813c7db85e6531a9
Passage 3normalized OCR · source chars 1892-2641

א צװײט מאל, װען ער איז געװען אלײן אין געװעלב, איז ארײנגעקומעןא גוי עפעם קויפן און געפרעגט דעם פרײז דערפון. אנשטאט ״פיענטנאשטשע גראשי״ (פופצן גראשן), האט ער געזאגט ״פיענדזשעשאנט״ (פופציק). דער גוי איז אין כעס געװארן אץא זאג געטאן: ״פאצאלאי מניע וו ד״... (קוש מיר אין הינטן). יאסל האט נישט פאר־ שטאנען, געמײנט, אז דער גוי דינגט זיך, האט ער זיך אנעגד,ויבן קלאפן אין הארצן: ״ניע מאגען, ניע מאגען״(כ׳קען נישט). דערין איז אנגעקומען שאשע. דעחען, וױ יאםל שױיט ״ניע מאגען״, האט זיא פרעג געטאן דעם מאן! ״װיפל גיט ער, דער ערל״ז דערויף האט יאסל געענטפערטן ״מיש זיך נישט אריץ. פאצאלאי מניעװ ד,״ גיט ער מיר שוין, ער װעט מיר נאך אפשר עפעם דערלײגן״... ♦

passage_6dbff4368f827ae41276200d