Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 217
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1320

נ. ב. אין די פארכטיקע טעג באלד נאכן ערשטן דאװענען אין ראש חודש אלול האט דער שוםר צו װיסן געטאן, אז עס דערנענטערן זיך די ימים נוראים. קודם כל האבן זיך גענומען גרײטן די חזנים און בעל־תפילהס: אפרים מעזריטשער פון אלטן בית מדרש, גרשון פלוג םון דער גרוי• סער שול, משה אהרן ליס׳יביקער פון חוק־בית־מדרש, מאיר משה יצחקס פון חיה שרהס בית־מדרש, יונה נוי און לײבל וװינער פון גערער שטיבל, שלמה מענדל פון אלעק־ סאנדער שטיבל, מרדכי מעכל פון פארצעװער שטיבל, בערל ישראל יצחקס פון מעז־ ריטשער שטיבל און הערש מענדל פװ ״מזרחי״. אין די דאזיקע טעג האבן אויך די באלמעלאכעס אין די װארשטאטן אנגעהויבן אונטעחינגען ימים נוראימדיקע חזנישע שטיקלעך. דאס ערשטע ארט האבן פארנו־ מען די שניירערס און שוסטערס, װאס האבן געארבעט ביז שפעט בײ נאכט. אין דעם חודש אלול האט אויך משה װאסערטרעגער געטאן װאס ער קען. מיטן טאג צוגלײך האט מען געהערט זאגן די תפילות מיטא בעטנדיק און פארזינדיקט קול, װי ער װאלט ח״ו אפגענארט מענטשן און געבראכט האלבע עמערס װאסער. אין דעם חודש איז ער געװארןא רודף שלום בײ די גאסן־הענדלער װאס פלעגן זיך קריגן. אפילו די קריסטן האבן געװוסט, אז אויב משה דאװנט אזוי פרום, איזא סימן, אז עס װעט שוין באלד זײן דער ײדישער ״נאװי ראק״ און ״סאנדני דזשען״.

passage_038dafa4e660190d2008f7d6
Passage 2normalized OCR · source chars 1322-2131

צו די ערשטע סליחות פלעגן אין די בתי מדרשים און שטיבלעך אפגעריכט װערן מלװה מלבהס. אין די אנדערע סליחות־טעג האט מען געװעקט די ײדן באגינען צו ״עבודת הבורא״ ביז צו ״זכור ברית״ װאס מ׳האט געזאגט צװעלף בײ נאכט. ערב ראש השנה האט דער טאג זיך געשטעלט זײער פרי. די גאסן זענען געװען פול נישט נאר מיט ײדן, װײל מ״האט געװוסט, אז הײנט װערן די געװעלבער פארמאכט פרי. עס האט זיך אנגעהויבן דאס װינטשן זיך. קיץ ברוגזע זענען שוין מער נישט געװען. מען האט זיך מוחל געװען די עװלות, געװונטשן זיךא גוט יאר און די װײבער האבן דערבײ פארגאסןא סך טרערן. אין אװנט זענען די גרויסע שול מיט אלע בתי־מדרשים און שטיבלעך געװען געפאקט מיט מתפללים. אחוץ דעם זענען געװארן אײנגעארדנט מנינים אין אינסטיטוציעס און פריװאטע שטובן. 213

passage_c0424bf52a81870db89ba700