Passage 1normalized OCR · source chars 0-736
חיה פרידמאן־פרישבײו, לאס־אנדזשעלעס מײן אומגעקומען שטעטל א, לוקאװ! שטעטל פון מײן קיגדהײט, צװישן דײגע טונקעלע װענט כ׳האב די זון דערזען. אונטער מאמעס װארעמען בליק און טאטנם צארטן גלעט זענען דײנע ארעמע שטיבער פול מיט װארעמקײט געװען. גישט מיט רויזן איז געװען געבעט מײן װיגעלע, נאר מיט מאמעם פארזארגטע אויגן. ראזשיגקעס מיט מאנדלען אוןא גאלדן ציגעלע, זענען אץ אירע לידער איבער מיר ארומגעסלויגן. אונדזער טאטעם פארהארעװעטע, אין געראגגל סאר ברויט, ביז שפעט בײנאכט פארשװארצטע אין ענגע װארשטאטן פלעגן אויסזונגען זײער האפענוגג אין נױט אין לידער פון גאלדסאדן, רײזען און עדעלשטאטן. שנעלער, האםערדיקער באװעגן זיך די העגט, לײכטער צום םארטראגן װערן די זארגן. 215
passage_8f2c10eb400f09e681ca354d