Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 21
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1276

ספר לוקן^וו 17 שיצאו הקהל יצ״ו (ישמרם צורם וגואלם) לחזור ולבנתה על מקומה הראשון אז מצד השררה והכומרים עכבו בידם באמרם שהוא קרוב לבית תפלות שלהם. עד שהגיע העגין אל המלכות עד שלסיבה זו הוצרכו להניח מקומה הראשון ולבנות במקום אחר אשר נתרצה השר לבנותה. והנה המקום הראשון נשאר לזאת פנוי. ועתה... וכו׳ ״. (״זאל אונדזער רבי אונדז לערנען וועגן דעם בית כנסת פון דער קהלה קדושה לוקאווע׳ אויפסנײ אויפצושטעלן (די שול) אויפן ערשטן פלאץ׳ האבן דער שררה און די גלחים אונדז געשטערט. זײ האבן געטענהט, אז ;דער פלאץ) איז נאענט צו זײער תיפלה. ביז דער ענין האט דערגרײכט צום מלכות און מחמת דעם זענען זײ געװעז געצװונגען צו פארלאזן דעם ערשטן פלאץ און צו בויען אויף אן אנדערן פלאץ׳ אויף װאס דער שררה האט באװיליקט. און איצט איז דער ערשטער פלאץ געבליבן לער...״). די שאדה איז: אויב מען מעג דעם פלאץ פארקויפן און מיטן אפגענומענעם געלט דעקן די הוצאות פון דער נײער שול. װארעם מחמת דער שלעכטער צײט קעגען זײ נישט דעקן די הוצאות װיא מאל אין די גוטע צײטן. ליידער פארצײכגט נישט די שאלה די דאטע װען זי איז געשריבן געװארן און אויך נישט פון דער תשובה. אויך דער גאמען פון דעם פרעגער װערט נישט דערמאנט׳ קענען מיר בלויז משער זײן.

passage_8ba42f52794bb755efdbe12d
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1278-2237

דער מהר״ם איז נפט ר געװארן אין ט״ז אײר שע״ו. ד. ה. אפילו װען מיר זאלן אננעמעך אז די שאלה איז געפרעגט געװארן אין זיץ לעצטן לעבנס־יאר׳ איז אויך צו זען אז די דאזיקע געשעעניש איז פארגעקומען ארום 35 יאר פאר ר.מיעלגיצקי ס אינװאזיע פון לוקאװ. אבער מיר האבן גאר קײן ספ ק נישט׳ אז די דאזיקע שאלה איז געפרעגט געװארן מיט א היפשער צאל יארן פריער. מיר באזירן אוגדזער השערה אויפן פאקט, וואס דער בארימטער ר׳ יואל סירקיש באקאנ ט אויפן נאמען פון זײן בארימט װערק ב״ח — בית חדש — איז שוין געװען רב אין לוקאװ אין די יארן 14—1613. עס געשיקט זיך גישט׳ אז ער זאל האבן געשיקט א שאלה צום מהר״ם מלובלין אין אזא עגין. ער וואלט אן ספ ק אליץ געפסקנט אזא שאלה. מוזן מיר אננעמעך אז די דאזיקע שאלה שטאמט פון יארן פריער׳ װען לוקאװ האט נישט געהאט אזא געהויבענעם רב׳ וואס זאל װעלן אליץ פסקנען אזא שאלה, אדער בעת א צייט, װען לוקאװ האט כלל נישט געהאט קיץ רב.

passage_c6fd8c1391331b9ec697d3aa
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2239-2977

מיר זעען דערפון אַז די שול וואס כמיעלניצקי האט פארברענט, איז געווען נישט די ערשטע. לויט אלע ווארשיינלעכקייטן איז די שול, וואס ווערט דערמאנט אין דער אויבגדערמאנטער שאלה צום מהר״ם, געווען דער ערשטער מקום קדוש, וואס לוקאווער יידן האבן דארט אויפגעשטעלט. דער בנין איז אן ספק, געשטאנען א לענגערע צייט ביז ער איז פארברענט געווארן. אבער דאס איז אויך נישט מער ווי א השערה. היות ווי א קהילה ווערט נישט געבוירן איבער גאכט אץ איז א שטופגוויזע אנטוויקלונג, און אין יענע צייטן האבן ײדן נישט געקענט אויפשטעלן א שול אן דער געהעריקער דערלוי • בעניש און פריווילעגיע, איז ממילא אנצונעמען אז דער ײדישער ישוב אין לוקאוד האט זיך אנגעהויבן אץ 15טן יארהונדערט, אויב נישט פריער.

passage_138f3f61660e2d0ab836ba2b