Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 222
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1102

חיים ישראל גאטעסדינער, בוענאס־אײרעס זמירות א םך לוקאװער געדענקען, אז מײן פאטער ר׳ יצחק איתיק ע״ה איז געװען זייער א רעליגיעזער מענטש, אבער אין דער זעלבער צײט טאלעראגט צו יענעמם אידעען און פירונגען. ער האט אלעמען אן אונטערשיד רעםפעקטירט—א זעלטנקײט ביי פרומע ײדן. אפשר דערפאר טאקע האט מען אים גענומען פארא בורר םײ אין געלט־געשעפטן, םײ אין משפחה־ענינים. ער איז געװען באקאנט אויך אלם מוהל, אין לוקאװ און אין די ארומיקע שטעטלעך און דערפער. אין די שפעטע פראםטיקע װינטערנעכט פלעגן קומען דארפםײדן און רופן דעם פאטער אויףא ברית. ער האט זיך קײן מאל נישט אפגעזאגט. פארשטײט זיך, אז דערפון האט ער נישט געצויגן קיץ פרנםה. אויב איך האב נישט קײן טעות, האט ער נישט איץ מאל צוגעלײגט פון דער אײגענער קעשענע• דער גאנצער עול פרנםה איז געפאלן אויף מײן מוטער דװאשע. מיט דעד גרעםטער מי אץ איבערגעגעבנקײט האט זי דערצויגן די פיר קינדער. די שטורעמדיקע צײטן, מלחמה און רעװאלוציע האבן געבראכט מיט זיך צעשטע־ רונג און חורבן, פון וועלכע עם האט אויך געליטן די ײדישע הײם.

passage_957c2f7e80523e2b9a21fd12
Passage 2normalized OCR · source chars 1104-2220

אין יענע באדינגונגען האבן מיר, די פיר ברידער, זיך דערצויגן, װער אין פאראײי װער אין בית־מדרש און ישיבה. שפעטער, װען די דײטשן האבן אקופירט פוילן אוןא שטיק רוםלאנד, איז מלאכה געװארן נישט נאר חשוב, נאר אויךא נויטװענדיקײט, מען איז אװעק צו ארבעט, און במילא— צו די פארשידענע פארטײען אויף דער ײדישער גאם. די דיםקוםיעם האבן נישט אויםגעמיטן אויך די אײגענע הײם. טאטע־מאמע האבן זיך מצעד געװען, אז אחוץ דעם װאם די קינדער זענען ארוים לתרבות רעה, האבן זײ נאך ארײנגעבראכטא צעריםנקײט אין דער משפחה. א גאנצע װאך האט יעדער געהאט זיץ קרײז חברים, אזוי, אז מ׳האט כמעט נישט געגעםן צוזאמען. דאקעגן פרײטיק צו נאכטם האט מען שוין אלע געפראװעט די שבת־ דיקע םעודה צוזאמען מיטן טאטן. די שבתדיקע םעודה האט זיך אויםגעטײלט נישט בלויז מיט די מאכלים— געפילטע פיש, לאקשן מיט ױיך׳ צימעם, אוןא שטיקל פלײש, נאר אויך מיט די הארציקע זמירות־ ניגונים. אונדזער הײם האט געשמט מיט איר נגינה. אפילו די מאמע ע״ה פלעגט בײ די שװער־ םטע ארבעטן אונטערבאמקען די לידעד פץ גאלדפאדענם טעאטער־שטיק, אדער די 218

passage_3de66d9dcbb19bfd0f6c1065