Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 227
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-817

סםר לוקאוו 223 ר׳ זבולון מלמד מײן זײדע ר׳ זבולון אריה ע״ה, איז בײ אלעמען באוװסט געווען אלם ר׳ זבולון מלמד, טראץ דעם׳ װאם זײט איך געדענק אים (פון די צװאנציקער יארן), איז ער שוין קײן מלמד נישט געװען. אבער אין די ילנגע יארן, איז ער געװען דער באוװסטער מלמד פון לוקאװ, װאם אלע עלטערע ילנגלעך האבן בײ אים געלערגט גמרא מיט תוםפת, און אלע לומדישע יונגעלײט אין לוקאװ זענען זיינע תלמידים געװען. אינצװישן, װען די קינדער דינע זענען געװארן גרויסע סוחרים אין דער איחן־בראנזשע, און די פירמע ״ברידער אריה״ איז געװען איינע פון די גרויסע פירמעס און געפירט געשעפטן מיט סוחרים פון אלע טיילן פוילן, האט ר׳ זבולון אויפגעהערט צו זײן מלמד, באקומען געהאלט פון די קינ־ דערם פירמע און עוםק געװען אין תורה ועבודה ועםקנות צבור.

passage_f620223f1b5bc4ec265867e9
Passage 2normalized OCR · source chars 819-2214

זײן זון, ר׳ שמואלקע אריד״ איז אײנער פון די גרויםע עםקנים,א ראטמאן און א דאזער אין דער גמינע און פון די ״אגודה״־ אנפירער אין שטאט. זיץ צוױיטער זץ, ר׳ לײבל, איז אויך אן עסקן אין דער ״אגודה״ און אין געזעלשאפטלעכע אינםטיטוציעם. זיץ אײז־עם, מײן פאטער, ר׳ שמואל חײם םיראקא ע״ד״ איזא דאזער אין קהילה און פון די אנפירער פון ״מזרחי״. אבער ר׳ זבולון געהער צום אלטן דור. ער איז גבאי פון דער תלמוד־תורה און פון חברה־קדישא און אויך אײנער פון די פארהערערס (בוחנים) פון דער שטאטישער ישיבד״ אויך גבאי פון מעזריטשער שטיבל. ר׳ זבולון איזא שם־דבר אין שטאט, און װעןא ײד איז אין עת־צרה׳ קומט ער זיך אפרעדן זיץ הארץ פאר אים און ר׳ זבולון שאפט זיךא ״שותף״, מערםטנס ר׳ מעגדל פוריםאװער אדער ר׳ געצל מאנישעם, און זײ גײען ארוים איבערן שטעטל און שאםן א פאר הונדערט זלאטעם צו העלפןא ײדן בשעת דחקו— חתונה מאכןא טאכטער, אדער אײנארדענען עפעםא פרנסה, אדער העלפןא ײד װאם װערט קראנק ר״ל. באזונדער איז טיכטיק ר׳ זבולון, װען דער מעזריטשער רב, זצ״ל, קומט אין שטאט אויף די ימים נוראים און מען דארף צוגרײטן קװארטיר און עםן פאר הונדערטער חםידים, װאם קומען צו פאח. דאן װערט ר׳ זבולון ױנג און טיכטיק לויפט און שאפט און בא־ זארגט אלץ אויפן בעסטן אופן. א גאנץ יאר זיצט ר׳ זבולון על התורה והעבודה חוץ זײנע געזעלשאפטלעכע ארבעטן.

passage_b2c21cc9000ad4dea949cef9
Passage 3normalized OCR · source chars 2216-2803

12א זײגער אין דער פרי ענדיקט ער זײנע שיעורים און דאם דאװעגען אץ קומט אהיים ״אנבײםן״, די גריץ װאם די באבע מרים ע״ה האט אים אנגעגרײט. אין אװנט לערנט ער װידער מיט זײנע קינדער אץ קינדער פון בעלי־בתים. אינצווישן באפט מען אריץא מצװה. מ׳האט נחת אץ אויך דאגות פון קיגדער און אײניקלעך. װען די דײטשע בעםטיעס קומען קײן פוילן און הײבן אן זײערע שיקאנעם׳ איז דאם מקצר ר׳ זבולונם יארן. ער װערט שװאכער פון טאג צו טאג. ער שטארבט אויף זיץ בעט פארן אנהייב פץ די ״אקציעם״. אין זיץ לװיה באטייליקן זיך מםלתה ומשמנה םון

passage_a631200395cfbd322dd3b967