226 םםר לוקאװ שכל־הישר. אלע ״קלעפן״ אין הערשל לערמאן— די לאװניקעם און ראטמענער, די ראשי הקהל און דאזערם און בכלל אלע ״שײנע יידן״• אבער צום מערםטן ״קלעפט״ אין אים די יוגנט. אלײן— נאךא ױנגערמאן מיטא שטורמישער רעװאלוציאנערער נשמה, אן אידעאליםט, װאם זוכט נישט פאר זיד קײן פארמעגן, קיץ כבוד, איזא וװנדער, װאם אלע אידעאליםטישע יונגעלייט ציען צו איםז ארום אים קאנצענטרירן זיך די שענםטע און בעםטע רעליגיעזע יונגעלײט און בחורים, װאם זענען דער כוח הדוחף אין אלע רעליגיעזע טעטיקײטן. אט איז יעקב גפן, ר׳ אולע שײנבערגם אײדעם,א פלאם־פײערדיקער ױנגערמאן, װאס איז זיך מוםר־נפש פאר דער אגודה* אט איז יעקב רובינשטײן (ר־ לײבל ארי׳עס אײדעם). װאם איז אויםערלעך רולק און גלײדצײטיקא שטארקער רעדנער: אט איז אברהם גינצבורג, װאס איז שטענדיק אויף די פאדערשטע פאזיציעס פון די אגודה־קאמפן: אט איז שמאי לײב טשארני—א נידעריקער און שטענדיק שפרודלדיקער, און פיל, פיל אנדערע, װאס זענען שוין לײדער ארוים פון זכרון (דער שרײבער פון די שורות איז געװען טעטיק אין די לעצטע יארן פארן מלחמה־אויםברוך און נאר די עסקנים פון דער לעצטער צײט זענען געבליבן אין זכרון).
הערשל לערמאן איז אויךא מיטגליד אין צענטהאלע אינםטאנצן פון די צעירי־ אגודה אין װארשע און באטײליקט זיך אין די זיצונגען. זײן װארט װערט געהערט מיט גרוים רעםפעקט. צוזאמען מיט שמחה לענדער (דער זון פון הערש לײזער) איז דער שרײבער םון די שורות געשטאנען בראש פון דער אגודה־ױגנט אין לוקאװ אין דער לעצטער תקופה ביז צום אויםברוך פון דער מלחמה, און געארבעט אין ענגן קאנטאקט מיט ר׳ הערשל לערמאן. הערשל לערמאן מיט זײן ״םװיטע״— יעקב גפן, יעקב רובינ־ שטײן, אברהם גינצבורג, שמחה לענדער און אנדערע— זענען העלדיש אומגעקומען. הערשל לערמאן איז געװעןא מיטגליד פון ױדענראט, אבער ער האט קײנעם חס ושלום קײן שלעכטם נישט געטאן, און דערפאר איז ער פון די ערשטע ליקװידירט געװארן. שמחה לענדער, דער לעצטער פרעזעם פון דער אגודה־ױגנט, איז פאליציי־ קאמענדאנט, אבער ער זאגט זיך אפ צו הערן די באפעלן פון די נאצישע מערדער און פון אײגענעם וױלן גײט ער מיט זײן פאטער, הערש לײזער, און קומט אום אין דער ערשטער אקציע. און אזויא םך אנדערע. עטלעכע חברים, מיט דעם רימערם זון בראש, ארגאניזירןא באװאפנטן װידערשטאנד, און אזוי פאלן די מנהיגים און די חברים פון דער אגודה און איר ױגנט. לאמיר, געצײלטע איבערגעבליבענע, אײביק טראגן זײער אנדענק אין אונדזער הארץ. יהי זכרם ברוך. ר׳ שמואל חײם סיראקא
קעןא זון שרײבן װעגן דץ פאטער? אבער וױ קען איך דורכגיץ, װען איך באטײליק זיך אין לוקאװער בוך, און נישט שרײבן װעגן מיץ פאטער ע״הז מיץ פאטער