Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 230
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1186

226 םםר לוקא װ שכל־הישר. אלע ״קלעפן״ אין הערשל לערמאן — די לאװניקעס און ראטמענער, די ראשי הקהלה און דאזערם און בכלל אלע ״שײנע יידן״ • אבער צום מערסטן ״קלעפט״ אין אים די יוגנט. אלײן — נאך א ױנגערמאן מיט א שטורמישער רעװאלוציאנערע נשמה, אן אידעאליםט, װאם זוכט נישט פאר זיך קײן פארמעגן, קײן כבוד, איז א װונדער, װאם אלע אידעאליםטישע יונגעלײט ציען צו אים ז ארום אים קאנצענטרירן זיך די שענסטע און בעסטע רעליגיעזע יונגעלײט און בחורים, װאם זענען דער כח הדוחף אין אלע רעליגיעזע טעטיקײטן. אט איז יעקב גפן, ר׳ אולע שײנבערגם אײדעם, א פלאם־פײערדיקער ױנגערמאן, װאס איז זיך מוסר־נפש פאר דער אגודה * אט איז יעקב רובינשטײן (ר־לײבל ארי׳עס אײדעם). װאם איז אויםערלעך רולק און גלײדצײטיק א שטארקער רעדנער: אט איז אברהם גינצבורג, װאס איז שטענדיק אויף די פאדערשטע פאזיציעס פון די אגודה־קאמפן: אט איז שמאי לײב טשארני — א נידעריקער און שטענדיק שפרודלדיקער, און פיל, פיל אנדערע, װאס זענען שוין לײדער ארויס פון זכרון (דער שרײבער פון די שורות איז געװען טעטיק אין די לעצטע יארן פארן מלחמה־אויםברוך און נאר די עסקנים פון דער לעצטער צײט זענען געבליבן אין זכרון).

passage_772fd706fbb5b23e42ab72dc
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1188-2517

הערשל לערמאן איז אויך א מיטגליד אין צענטהאלע אינסטאנצן פון די צעירי־ אגודה אין װארשע און באטײליקט זיך אין די זיצונגען. זײן װארט ווערט געהערט מיט גרוים רעםפעקט. צוזאמען מיט שמחה לענדער (דער זון פון הערש לײזער) איז דער שרײבער םון די שורות געשטאנען בראש פון דער אגודה־ױגנט אין לוקאװ אין דער לעצטער תקופה ביז צום אויסברוך פון דער מלחמה, און געארבעט אין ענגן קאנטאקט מיט ר׳ הערשל לערמאן. הערשל לערמאן מיט זײן ״םװיטע״ — יעקוב גפן, יעקב רובינ־ שטײן, אברהם גינצבורג, שמחה לענדער און אנדערע — זענען העלדיש אומגעקומען. הערשל לערמאן איז געװען א מיטגליד פון ױדענראט, אבער ער האט קײנעם חס ושלו ם קײן שלעכטם נישט געטאן, און דערפאר איז ער פון די ערשטע ליקװידירט געװארן. שמחה לענדער, דער לעצטער פרעזע ם פון דער אגודה־ױגנט, איז פאליצײ־ קאמענדאנט, אבער ער זאגט זיך א פ צו הערן די באפעלן פון די נאצישע מערדער און פון אײגענעם װילן גײט ער מיט זײן פאטער, הערש לײזער, און קומט אומ אין דער ערשטער אקציע. און אזוי א ם ך אנדערע. עטליכע חברים, מיט דעם רימערם זון בראש, ארגאניזירן א באװאפנטן װידערשטאנד, און אזוי פאלן די מנהיגים און די חברים פון דער אגודה און איר ױגנט. לאמיר, געצײלטע איבערגעבליבענע, אײביק טראגן זײער אנדענק אין אונדזער הארץ. יהי זכרם ברוך. ר׳ שמואל חײם סיראקא

passage_08d51de12b634864b564cf3c
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2519-2682

קען א זון שרײבן װעגן דץ פאטער? אבער װי קען איך דורכגיץ, װען איך באטײליק זיך אין לוקאווער בוך, און נישט שרײבן װעגן מיץ פאטאר ע״ה ז מיץ פאטער

passage_024617ff3d5bc5286039effa