Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 231
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1025

ספר לוקןןו ו 227 ר׳ שמואל חײם סיראקא׳ איז געװען א געזעלשאפטלעכער פיגור׳ שטענדיק טעטיק׳ ברויזנדיק און ױגנטלעך. ער שטאמט פ מ װלאדאװע׳ פון װאנען מיץ דידע׳ ר׳ זבולון׳ נעמט אים פאר אן אײדעם פאר זײן טאכטער מאלע. ער שמט אלס עילוי. מען זאגט אים צו אײביקע קעסט׳ ער זאל זיצן און לערנען. ער לערנט און שטײגט אין לערנען׳ אבער ער האט א באזונדער געפיל פאר ארץ־ישראל. ער חלומט װעגװעגן די בערג פון ירושלים׳ װעגן די בלאע הימלען פ מ צױן ן ער בענקט נאך דעם קבר פון די מאמע רחל׳ צו די װעגן פון בית־לחם — א הײסער חובב ציון. די ^יבע צו ציון ברענגט אים אין ״מזרחי״־, ווו ער פארנעמט דעם אויבנאן. ער לערנט א׳־ן האלט פארטראגן פאר דער ױגנט׳ שאפט געלט פאר די ארץ־ישראל־פ^נדן, ער װערט געװײלט אלס דאזער אין דער ײדישער גמינע (קהילה) און איז טעטיק אין פארשידענע יידישע אינסטיטוציעס. די בענקשאפט נאד צימ לאזט אים נישט רוען. טראץ די גוטע געשעפטן אין דער הײם׳ לאזט ער אלץ איבער און ער פארט מיט דער משפחה קײן ארץ־ישראל.

passage_84759f13dc151587bfc9055a
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1027-2297

צוליב גרויסע שװעריקייטן, בעיקר צוליב קראנקײטן פון די קינדער, פארט מײן פאטער מיט דער פאמיליע צוריק׳ מיט א שװער צעבראכן הארץ׳ נאך לוקאװ, אבער די ליבע צו אר״י װערט בײ אים גארנישט קלענער. דאס װוינען אין לוקאװ באטראכט ער פאר צײטװײליק און דאס ברענגט ער אויך אריװ אין די הערצער פון זײנע קינדער. דאס דרשנט ער יעדן שבת און יום־טוב פאר די צעירי מזרחי און השומר הדתי, וואס צעװאקסט זיך שטארק אין לוקאװ אין די לעצטע יארן פאר דער מלחמה. דאנערשטיק׳ דעם 7־טן סעפטעמבער 1939׳ א װאך אין דער מלחמה׳ װערט לוקאװ שרעקלעך באמבארדירט. מײן פאטערס א קוזין פארט דורך לוקאװ און קומט צו אונדז אין שטוב, פרעגט אים באלד מײן פאטער ע״ה: צי האסטו פלאץ אין דײן אויטא פאר מײנע קינדער? איך װיל, זײ זאלן זיך דורכשלאגן קײן ארץ־ישראל. בדוח גדול באקומען מיר אים פלאץ און דער גורל פון דער השגחה פאלט אויף מיר. אײביק׳ אײביק װעל איך געדענקען דאס געזעגענען זיך פון מײן פאטער מיט מיר, זײן הײליקע צװאר: ״פאר, מײן קינד׳ אין הײליקן לאנד — נאר קײן ארץ־ישראל: נאר קײן ארץ־ישראל!״ נאך װאנדערן צװײ און א האלבן יאר קום איך אן אין 1942 קײן ארץ־ישראל פאר דער אל־עלמימ־צײט, יוען ראמעל מיט זײן ארמײ זענען גע־ שטאנען בײ די טויערן פון אר״י.

passage_8ffc9c3b96a7285a5b151264
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2299-2849

ר׳ שמואל חײם סיראק בלײַבט מיט די ייִדן אין געטא, אבער זים שטורמישע גאטור לאזט אים נישט רוען. ווי איך האב געהערט, פארבינדט ער זיך מיט פוילישע אונטערגרונד־קעמפער, בכדי צו העלפן ראטעווען ייִדן• לאנג נאך פאוי ןאנדיי ב פון די באװוסטע שוידערלעכע ״אקציעס״׳ ווען אלץ איז נאך ״נארמאל״, ווערט אנטדעקט די גאנצע אונטערגרונד־באװעגונג׳ מיט מים סאטער ע״ד. צוזאמען. אלע ווערן זיי פארשיקט קיין אוישוויץ און דארטן קומען זיי אום. אין מים וואנדער בעת דער מלחמד. (ליטע, רוסלאנד, יאפאן, אינדיע), ווען איך שטיי

passage_0e8e83327f72fb05e04c95cc