ספרלוק ןןװ 19 ספעציעלע באאמטע׳ וראם האבן זיך פארנומען מיט די ייז־ישע ענינים, סיידן ווען ער אליץ האט זיד געוואלט פארנעמען מיט דעם ענין. אין זײערע אינערלעכע ענינים האבן זײ גענאסן פולע אויטאנאמע פרײהײט. דעד ײדישער דין איז געווען מאסגעבנדיק. דאם ײדישע געריכט האט געהאט דאם רעכט צו פארמשפטןא שולדיקן אפילו אויף טויט־שטראף. נאטירלעך, האט דער פארמש־ פטער געקאנט אפעלירן צום מלך און ער האט געקאנט מבטל זיץ דעם אורטײל. ער האט אויך געקאנט צװינגען דער קהילה צו באפרייעןא מיטגליד פון קהילה־שטײער א. א. אפצאלן, װאס זי האט ארויפגעלײגט אויף אים. בײם װאיעװאדע האט עקזיםטירטא יידישער געריכט. ײדישע שליחים זענען געװען פארטראטן אין דעם געריכט. װעןא ײד האט געהאטא סיכסוך מיטא נישט ײד, איז דאם געזעץ געװען אזא: אויב דער ײד איז געװען דער אנקלאגער, האט דער שטאטישער געריכט געדארפט משפטן. אין קעגנפאל, װען דער אנקלאגער איז געװעו א גוי, איז דער משפט פארגעקומען אין ײדישן געריכט. ײדן צװישן זיך האבן זיך געי^אדן פאר דעם ײדישן בית־דין.
װי שוין געזאגט האט די פרױוילעגיע גאראנטירט לוקאװער יידן װוין־רעכט אין לוקאװ, פרײהײט פון האנדל, שלאגן װאקס, פארנעמען זיך מיט גאזשעלניעם. צעכן װערן נישט דערמאנט. אבער געװיםע צעכן זענען זײ דערלויבט געװארן, נישט מחמת גוטקײט מצד די פוילישע צעכן׳ נאר צוליב אין ברירה. די פוילישע פלײשערם האבן דאך נישט געקאנט פארבאטן יידן צו עסן פלײש אדער צװינגען צו עסן טריפה־פלײש. דאם איז דאך געװען קעגן דער ײדישער פרױוילעגיע, װאם האט געגעבן ײדן פולקאמע רעכט צו לעבן װי ײדן, אפהיטן זייערע דינים און פארשריפטן. אויך חייטים יידישע זענען געווען. דאס אויך מחמת דעם פארבאט צו טראגן שעטנז, האבן יידן געמוזט האבן אייגענע שניידערם צו נײען כשרע בגדים. די דאזיקע צעכן און אנדערע, װאם זענען אויפגעשטאנען אין לרקאװ, װי ערגעץ אנדערש, האבן תמיד געהאט אויסצושטיץא שװערן קאמף מיט די פוילישע צעכן. אויך האנדל־פרייהײט, װאם איז זײ פארזיכערט געװארן אין דער פרױוילעגיע,
איז נישט געװען אזוי פשוט. לוקאװער ײדן האבן דאם געהאטא ביםל שװערער װי זײערע ײדישע שכנים אין די פריצישע שטעט, ווארעם די השפעה פון די ״מיעשטשא״ נעס׳/ די איינוו1יגער/ איז געװעןא פיל גרעסערע אין דער קרויךשטאט. דארט האבן זײ גיכער געקאנט קעמפן קעגן ײדישן האגדל ווי אין די פריצישע שטעט. דער באאמטער אין דער קרוין־שטאט איז נישט געווען אזוי פערזענלעך אינטערעסירט אין דעם האנדל ווי דער פריץ. וועלנדיק רייך ווערן^ פארגרעסערן זײנע הכנסות. האט דער פריץ געהאטא פערזענלעכן אינטערעס צו אגטװיקלען דעם האגדל אין זײן שטאט^ װיסנדיק/ אז יידן קענען אנטוויקלען דעם האנדל האט ער ממילא געשטיצט די ײדן. א־ חוץ דעם האבן די ״מיעשטשאגעס״ אין די פריצישע שטעט נישט געקענט האבן אזא השפעה וױ אויף דער קתין. אין די קרוין־שטעט האבן די בירגער געקענט אויסאיבןא דרוק אוױ* די באאמטע צו באגרענעצן דעם ײדישן האנדל און אפילו מבטל צו מאכן