ספר לוקן ן װ 19 ספעציעלע באאמטע ׳ וראם האבן זיך פארנומען מיט די ײיז־ישע ענינים, סיידן ווען ער אליץ האט זיך געוואלט פארנעמען מיט דעם ענין. אין זייערע אינערלעכער ענינים האבן זיי גענאסן פולע אויטאנאמישע פרייהייט. דעד ײדישער דין איז געווען מאסגעבנדיק. דעם ײדישע געריכט האט געהאט דאס רעכט צו פארמשפט א שולדיקן אפילו אויף טויט־שטראף. נאטירלעך, האט דער פארמש־ פטער געקענט אפעלירן צום מלך און ער האט געקענט מבטל זיץ דעם אורטײל. ער האט אויך געקענט צווינגען דער קהילה צו באפרייען א מיטגליד פון קהילה־שטײער א. א. אפצאלן, װאס זי האט ארויפגעלײגט אויף אים. בײם װאיעװאד האט עקזיםטירט א ײדישער געריכט. ײדישע שליחים זענען געווען פארטראטן אין דעם געריכט. ווען א ײד האט געהאט א סיכסוך מיט א נישט ײד, איז דאס געזעץ געווען אזא: אויב דער ײד איז געווען דער אנקלאגער, האט דער שטאטישער געריכט געדארפט משפטן. אין קעגנפאל, ווען דער אנקלאגער איז געװעו א גוי, איז דער משפט פארגעקומען אין ײדישן געריכט. ײדן צווישן זיך האבן זיך געי^אדן פאר דעם ײדישן בית־דין.
װי שוין געזאג ט האט די פרױוילעגיע גאראנטיר ט לוקאװער יידן װוין־רעכט אין לוקאװ, פרײהײט פון האנדל, שלאגן װאקס, פארנעמען זיך מיט גאזשעלניעם. צעכן װערן נישט דערמאנט. אבער געװיסע צעכן זענע ן זיי דערלויבט געװארן, נישט מחמת גוטקײט מצד די פוילישע צעכן, נאר צוליב אין ברירה. די פוילישע פלײשערם האבן דאך נישט געקענט פארבאטן יידן צו עסן פלײש אדער צװינגען צו עסן טריפה־פלײש. דאם איז דאך געװען קעגן דער ײדישער פרױוילעגיע, װאם האט געגעבן ײדן פולקאמע רעכט צו לעבן װי ײדן, אפהיטן זייערע דינים און פארשריפטן. אויך חייטים יידישע זענען געווען. דאס אויך מחמת דעם פארבא ט צו טראגן שעטנז, האבן יידן געמוזט האבן אייגענע שניידערם צו נײען כשרע בגדים. די דאזיקע צעכן און אנדערע, װאם זענען אויפגעשטאנען אין לרקאװ, װי ערגעץ אנדערש, האבן תמיד געהאט אויסצושטײן א שװערן קאמף מיט די פוילישע צעכן. אויך האנדל־פרייהײט, װאם איז זיי פארזיכערט געװארן אין דער פרױוילעגיע,
איז נישט געװען אזוי פשוט. לוקאװער ײדן האבן דאם געהאט אביםל שװעטער װי זײערע ײדישע שכנים אין די פריצישע שטעט, װארעם די השפעה פון די ״מיעשטשא״ נעס׳/ די איינוו1יגער / איז געװען א פיל גרעסערע אין דער קרויךשטאט. דארט האבן זײ גיכער געקענט קעמפן קעגן ײדישן האגדל װי אין די פריצישע שטעט. דער באאמטער אין דער קרוין־שטאט איז נישט געװען אזוי פערזענלעך אינטערעסירט אין דעם האנדל װי דער פריץ. וועלנדיק רייך ווערן ^ פארגרעסערן זײנע הכנסות. האט דער פריץ געהאט א פערזענלעכן אינטערעס צו אגטװיקלע ן דעם האגדל אין זײן שטאט ^ װיסנדיק/ אז יידן קענען אנטוויקלען דעם האנדל האט ער ממילא געשטיצט די ײדן. א ־ חוץ דעם האבן די ״מיעשטשאגעס״ אין די פריצישע שטעט נישט געקענט האבן אזא השפעה וױ אױף דער קתין. אין די קרוין־שטעט האבן די בירגער געקענט אויסאיבן א דרוק אוױ * די באאמטע צו באגרענעצן דעם ײדישן האנדל און אפילו מבטל צו מאכן