Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 243
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1218

ספר לוקא װ 239 א װארט צו די לײענער אין שװערע באדינגונגען טרעטן מיר צו ארויסצוגעבן אונדזער געדרוקט װארט . זעענדיק, אז אין פארגלײך מיט אלע אנדערע ארומיקע שװעמ־ טער־שטעט איז אונדזער שטאט געװאלדיק אפגעשטאנען םײנע־ זעלשאפטלעך, םײ קולטורעל, זענען מיר, נישט קוקנדיק אויף אלע שװעריקײטן, מיט װעלכע אזא אונטערנעמונג איז פארבונדן, דאך צוגעטרעטן צו אזא גרויסער און פאראנטװארטלעכער זאך װי ארויסגעבן א צײטונג . אמת איז, אז אפערירנדיק מיט גאנץ באשײ־ דענע און באגרענעצטע מיטלען, קענען מיר אײך נישט צוזאגן קײן אומגעהויער רײכן מאטעריאל — און מיר ט,ען עס טאקע נישט . מיר זאגן אײך בלויז, אז לויט אונדזערע כוחות־פארהעלטענישן װעלן מיר זיך באמיען צו פארבעסערן און פארשענערן אונדזער צײטונג װי װײט מעגלעך . אלע אנהײבן זענען שװער, מיר האפן אבער, אז דאס דערשײנען פון אונדזער געדרוקט װארט װעט ארײנברענגען א ן אויפלעבונג אין אונדזער שטאט . מיר גלײבן אויך , אז די לײענער װעלן אונדז צוהעלפן מאטעריעל און גײמסטיק דורך צושיקן ארטיקלען, ידיעות אד״גל . זאל אונדזער ארגאן זײן די שטויסקראפט צו דערהײבן דעם קולטורעלן און געזעלשאפטלעכן מצב פון דער לוקאװער באפעלקערונג. ,דאס לוקאװער װארט ׳ נומ . 1 , 6 ו סעפטעמבע ר 1927

passage_3d43cfc783e3e9c6c42d0343