Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 249
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1117

םםר לוקאו ו 245 צענדליק ענטפעדס װי לערבויען השעדות. װאס פאר א באדייטונג האבן 600 ענטסער ס אויף הונדערטער טויזנטער ״אױב שוין נישט מיליאנען לייענער ז דאד איז די פראגע אן אנגעװייטיקטע׳ און מען קען זי נישט *דעקמאכן מיט דער האנט. די סטאטיסטיק מאכט אונדז גאנץ אפט סורפריץ. עס טרעפט זיך, אז זי באװיחט, אז קלייניקײטן ברענגען צו גאר וויכטיקע קאנםעקװענצן. אזוי האבן די דייטשע סטא־ טיםטיקער אויפגעװיזן, אז יעדע פינף גראשן, אויף וועלכע עס ווערט טייערער דאס ברויט, פארגרעסערט אין א שטענדיקער פראפארץ די צאל קרימינעלע פארברעכער. אזעלעכע בײשפילן זענען פאראן א סך. גאנץ מעגלעך, אז די נײע ארטאגראפיע האט איר חלק, א גרויסן צי א קלײנעם, אין דער ירידה אויפן ײדישן ביכער־מארק. מען דארף עס אויפקלערן. מען דארף געדענקען, אז אין עני ארטאגראפיע זענען מיר נישט גלײך צו יעדער אומ ה ולשװ. מיר האבן נישט אזוי פיל שולן, װאס זאלן אדורכפירן אין פאלק די נײע ארטאגראפיע׳ א מ מיר קענען נישט זיץ ״כופ ה ה ר כגיגית״, אזוי װי ס׳װערט געטאן אין אנדערע מדיטת, א פאקט, אז אויף דער נייער ארטאגראפיע קלאגט מען זיך.

passage_68a2c0e0c2af60d8abbebb0c
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1119-2365

די ״ליטערארישע בלעטער״, וועלכע ברענגען דעם רעזולטאט פון דער אנקעטע אין ״װעלט־שפיגל״, זאגן צו, אז די װעלן דורכפירן אן אנקעטע אויף אײגענער האנט. מיר האלטן אבער, אז אויך די אנקעטע װעט איר ציל נישט דערגרײכן, װױיל זי װעט אויך האבן א קליעע צאל ענטפערם . כדי דעם ענין ענדגילטיק אויפצוקלערן שלאגן מיר פאר, אז די פראװינצער פרעסע זאל דורכפירן אין יעדע צײטשריפט בײ זיך אזא אנקעטע, און די רעזולטאטן אפשיקן אין די ״ליטערארישע בלעטער״ אדער אין אן אנדער צענטראלער אינסטיטוציע. זאל די פראװינצער פרעסע מיטהעלפן, אז דער פלאנטער זאל אײן מאל פאר אלעמען מאל אויפגעװיקלט װעח און זאל דורכגעפירט װערן א פאלקם־אפשטימונג, װאם זאל זיץ מאסגעבנדיק אי פאר די קעגנער, אין פאר די אנהענגער פון דער נײער ארטאגראפיע. ״דאס לוקאװער װארט־נומ׳ 4, 1927 מיר דערמאנען אונדזערע ר^טמענער! אין לוקאו עקזיםטירט זינט פיר יאר א פאוושעכנע שול פאר יידישע קינדער. די שול האט אין דעם יאר פץ איר גרינדונג געציילט פיר אפטײלונגען, װעלכע האבן זיך געפונען אין פיר שטובן. מיט דער צייט האט זיך די שול פארגרעסערט. עס לערנען אין איר היינט 400 קינדער, וועלכע זענען צעטיילט אין צען אפטײלונגען(פארא * לעלע), דאך האט זיך די לאגע נישט געענדערט.

passage_fea5a3da72b559999ae98278