ססר לוקאוו 259 קערונג זענען די אמת נאענט צום האַרץ, זאָלן זיי געמײנזאם א פלאנמעסיק ארבעטן, און נישט ״װי ביז אהער, זיך באקעמפן. אין דער סאלידאריזירונג פון אלע ערלעך־דעקנדיקע און שאפנדיקע כוחות ליגט דער סוד פון דער עװענטועלן אײנפלום • -דאס לוקאווער װארט׳ נומ׳ 8, 1927 זיך געגרינדעט א געזעלשאפט ״קולטור־ליגע״ פרייטיק, דעם 25.11 ד. י. איז אין אײגענעם לאקאל װאגראַדאװע 12), פארגעקומען די גרינדונגס־פארזאמלונג פון דער געז. ״קולטור־ליגע״. עס איז אויסגעװײלט געװארן א פארװאלטונג פון 5 פערזאן, אין װעלכער ם׳זענען ארי ם: ל. גליקסבערג — פארזיצער, י. לאנדסבערג — סעקרעטאר, מ. בלאכאװיטש — קאסירער, ח, דאנילאק — עקאנאם און ח. מ. הייבלום. קאנדידאטן: י. װײסמאן און ל. װאלמאן. רעװידיר־קאמיסיע: ח. ה. שפירא, פ. סשע־ װעסמאן, ל. קראמאש. קאנדידאט — ם. בראנזעל. מ׳טיילט טױן קײלן װי באװוסט, האט דער מאגיסטראַט אײעעקויפט 2 װאגאנען קוילן פאר דער ארעמער באפעלקערונג, און הײנטיקע װאך האט זיך שוין אנגעהויבן די פונאנדערטײלונג. כדאי צוצוגעבן, אז די פונאנדערטײלונג, װעלכע איז געװארן איבערגעגעבן אין דעמאקראטישע הענט, ווערט אבער נישט דורכגעפירט אויף דעמאקראטישע יסודות, אזוי, אז דער ארעמסטער טײל פון דער ײדישער באפעלקערונג האבן פון זיי לחלוטין נישט באקומען. אן אקאיע לטובת ״תרבות״
Original scanEvidence located
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1299
passage_7a5dcba4fc4f8220b41ffde5
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1301-1527
די היגע ארגאניזאציע ״השומר הצעיר״, האט אנגעהויבן אן אקציע לטובת ״תרבות״. אין פארויף פ מ דעם חודש װעח פאררעגיסטרירט מיטגלידעראםעם װעלן געמאכט װערן הכנות צו עפענען א ץ לוקאװאן אסטײלונג פון ״תרבות״.
passage_2df132abc5a5fe6178b0741b