ד. זאקאליק געװען א לוקאװ אין לוקאװ, ײדישלעך גערופן — ליקעװע. דארט אין די װינטער־אװנטן געגאנגען פון חדר איבער באשנײעטע גאסן צולויכטנדיק זיך מיט א לאמטערנדל, װאם דער טאטא אלײן האט עס געמאכט. ם׳לאמטערנדל — צוזאמענגעשטעלט פון א פיר־קאנטיק שעכטל און גלעזערנע שײבלעך, אינעװײניק אנגעטריפט א ליכטל, און דאס דינע קנײטל האט דאד געלויכטן מיט א ברײטן פלאם • דארט, אין לוקאװ, משמרות איבער דער גמרא זיד געװיגט, צו דער הפטורה אויפ־ גערופן געװארן אין טאג פון בר־מצװה. ם׳װערט שוין 45 יאר װי איך האב די שטאט נישט געזען. ײדיש לעבן איז דורכדי היטלער־נאצים פארשניטן געװארן. און אז איך װיל איצט געבן אן אנדענק די פארשניטענע ײדישע לעבנס, אן אנדענק דעם ײדישן ליקעװע, מוז איך זי מיר צוריק אויפבױען, כאטש אין דמיון, װי זי איבער־ געלאזט; צוריקשטעלן די גאסן אין יענעם סדר, אויסמאלן זיך די הײזער, די ײדן — מתנגדים, חסידים < קאצקער, גערער, ראדזינער. די בעלי־בתים פון חיה־שרהם בית־ מדרש. די יוגנט ביי דער קולטור־ארבעט, דאס אלץ איז נישט א — די האנט ציטערט.. . 1 דער באנוועג לוקאװ איז געװען א קרײזשטאט מיט א צעצוױיגטן באנקנופ, דורכדעם באנקנופ זענען געלאפן די צוגן פון פאדאליע און בריסק־װארשע, הין און צוריק • צײען אנקומען פון א צוג האבן פארן װאקזאל געװארט אלע דראזשקאזשע פון דער שטאט .
Original scanEvidence located
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1325
passage_afcf47342ff1329654b4fd72
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1327-1641
ײעו אי ד בי ן געקומען, פלעג איך פארן אין שטאט אריץ מיט אהרן דראזשקאזש, א פרומער מתנגד, ער האט בעתן דאװענען פארריסן עולמות, זיד פארגאנגן אין יעלות. אויף דינע דבקותן האבן די װײבער אין זייער שולעכל געשלוכצט א ח געאכצט׳ א ח דאם האט אים געמוטיקט, ער זאל שטארקן די יעלות... 280
passage_150847f5e573a0cdb30b807d