Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 294
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1348

אביהם נחתומי אברהם נחתומי (אברהם פיעקאזש) איז געבוירן אין װאליע,א דארף צװישן קאצק און לוקאוג װען דאם דארף איז אפגעברעגט געװארן איז די משפחה אריבער װוינען קײן קאצק און שפעטער — קײן לוקאוג געלערנט אין די ישיבות פון בריסק און מעז״ ריטש. בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה איז ער געװארן טעטיק צװישן דער לוקאװער ײדישער ױגגט, ארײנגעטראטן אין דעם דארטיקן דראמ־ קרײז, באטײליקט זיך אין פארשידענע אויפפי־ רונגען און אױך ארויסגעטראטן אלס רעציטא* טאר. בעת דער חלוצישער עליה איז א. נחתומי אװעק אומלעגאל קײן ארץ־ישראל. פארן אפפאר האט אים דער דראמקרײז אײגגעארדנט אן אװנט און אים באערט מיטא ספעציעלן װײס־בלױען באנד. נחתומין איז נישט געלונגען די אומלעגאלע עליה— מ׳האט אים געכאפט, ארעסטירט און צוריקגעשיקט קײן פוילן. נאך זײן צוריקקומען, איז א. נחתומי אװעק אויף הכשרה און אין יאר1923 האט ער עולה גע־ װען קײן ארץ־ישראל. דא האט ער געארבעט אין חדרה. גס־צױנה אלס מאשיגיסט, בײם באװאסערן םרדסים און בײם טריקענען די זומפן אין זכרוךיעקב. אין זכרון און אין אגדערע קאלאגיעם האט גחתומי זיך באטײליקט אין פארשידעגע טעאטער־ אויםפירונגען און ער איז געװען אײנער םון די גרינדער פונעם טעאטער ״אוהל״, װו ער האט אין משך םון יאר זיך באטײליקט איןא רײ סארשטעלונגען. ער האט אויך געשפילט אין ערשטן ישראל־ םילם ״סאברא״.

passage_64638f534b7c3aaa0c4558da
Passage 2normalized OCR · source chars 1350-1851

אין 1939, בעת דער ״אהל״ איז געװען אויף זײן טורנע אץ אײראפע, איז נחתומי געקומען קײן לוקאװ. ער האט זיך געטראםן מיט די פארשידענע שיכטן פון די לוקאװער ײח, געזען זײער לעבן און דאן איז ער געװארן אנגערעגט צו זײן ליטערארישער ארבעט. ביז איצט זענען דערשינען זײנע3 ביכער,2 אין העברעיש אוןא בוך אין ײדיש א. נ. ״אײ שאטן סון דורות״. די2 ביכער אין עברית דערשײנען בקרוב אויך אין ײדיש. מיר גיבן דא עטלעכע סראגמענטן סון א. נחתומיס װערק. 290

passage_820ea3ca8ae811eed49a2953