298 ספר לוקאװ זינגענדיק און לאכנדיק איז דער בעקער־ױנג פארשיײנח רעכטם. פארבײ זלמן לאקשם שניט־געוועלב. ר׳ בערל מיט אברהמלען טרויעריק, שלעפעדיק, זענען אװעק לינקם אויף דער זשעלעכאװער גאם. די זשעלעכאװער גאם איז געװען זײער לאנג, האט זיך געצויגן טאקע ביז זשעלעכאװ, נאר הימער זענען דארט געשטאנען בלויזא פאר. דאם ערשטע הויז איז געװען ארומ־ געהילט מיטא וױיםן שטויב, דאם איז געװען די שפינערײ פון עזריאל װאטעמאכער. פון דעם צוױיטן הויז האט זיך געהערטא גערויש װי מיט גרעגערם; דארט א־ז געװעןא קאשע־מיל פון לײזער המן. זײן רויט־געדיכטע בארד האט אויםגעזען םײ שבת׳ םײ יום־טוב, און בפרט אין דער װאכן, װי אן אנגעשטאפטער שפײכלער מיט ברוינע רעטשקע און געלן הירזש. אנטקעגן דער קאשע־מיל, פון דער אנדערער זײט גאם, איז געװען די אכםניא פון לײבעלע משה פעלטעם, װעלכער פלעגט שרײבן װי געדרוקט רוםישע אדרעםן׳ ימים־נוראים געדאװנט אין חיה־שרהס בית־מדרש און פארן אנהײבןא ויגון פלעגט ער א בים טאןא צװענגעלע, װאם האט אויםגעזען װיא דיקע הארנאדל א־ן עם צושטעלן צום אויער. מען האט געזאגט, אז דאס איזא ״קראמערטאן״ און אז ער זינגט פון נאטן.
ר׳ בערל און אברהמלע זענען צוגעקומען צו דער ראגאטקע, ארוים פון שטאט, אדורך די הילצערנע בריק, אונטער װעלכער עם איז געלעגןא פארעיפועזט טײכל, אראפ סון שאםײ אויףא שמאלער םטעזשקע, װעלכע האט זיך זיגזאגיש געצויגן און געצויגן דורךא גרינער לאנקע ביז צוא בערגל, װאם איז געװען ארומגעצוימט מיטא הילצער־ נעם פלויט. דאס איז געװען דער שטאטישער בית־עולם. ארײנקומענדיק אינעוױיניק זענען בײדע שטײן געבליבן. ר׳ בערל האט געקוקט גלײך װי ער װאלט עפעם געזוכט און אברהמלע האט געציטערט פאר שרעק, װאס די בית־עולם־שטילקײט האט אויף אים ארויפגעװארפן. דאם ערקזטע מאל איז אברהמלען אויסגעקומען צו זײן אויףא בית־עולם. אים האט זיך געדאכט, אז זיי זענען אריינגעפאלן איןא שטאט, וװ אלע מענטשן שלאפן. נעבןא קאלט שטיבעלע, געמויערט פון שטײן, איז געשטאנען אן אױםגעקרימטער בוים, װי אן אלטער נאכטװעכטער, װאם קוקט מיט האלב־פארעזלאפענע אויגן, װאם בענקען נאך דעם פרימארגן. די װילדע בית־עולם־גראזן האבן זיך אנטקעגן זײא שאקל געטאן, גלײך װי זײ װאלטן געסרעגט; װאס וױלט איר דא? און גלײך נאךא מאל— װאם װילט איר דא?
ר׳ בערל האט אנגעהויבן גיק צװישן די קברים, ארן אברהמלע נאך אים. אויףא וױיסן שטיץ זענעןא פאר שװארצע הענט אויםגעקריצט געװען וױ בײא כוהן צום דוכנען, אברהמלע האט פארשטאנען, אז דארט ליגטא כוהן. אויף אן אנדער שטײן איזא קריגל אויסגעקריצט געװען— דא ליגטא לוי— האט ר׳ בערל געזאגט, א,ץ נאךא לוי און נאךא כוהן, אזוי זענען זיי ביידע, טריט נאך טריט, געגאנגען, צװישן כוהנים, לװײם און םתם ישראלים, צניעותדיקע, װאם האבן זיך װי באהאלטן אונטער פראםטע אפגעריבענע