Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 302
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1163

298 ספר לוקא װ זינגענדיק און לאכנדיק איז דער בעקער־ױנג פארשײנח רעכטס. פארבײ זלמן לאקשם שניט־געוועלב. ר׳ בערל מיט אברהמלען טרויעריק, שלעפעדיק, זענען אװעק לינקס אויף דער זשעלעכאװער גאס. די זשעלעכאװער גאס איז געװען זייער לאנג, האט זיך געצויגן טאקע ביז זשעלעכאװ, נאר הימער זענען דארט געשטאנען בלויז א פאר. דאס ערשטע הויז איז געװען ארומ־ געהילט מיט א װײםן שטויב, דאס איז געװען די שפינערײ פון עזריאל װאטעמאכער. פון דעם צװײטן הויז האט זיך געהערט א גערױש װי מיט גרעגערם; דארט איז געװען א קאשע־מיל פון לײזער המן. זײן רויט־געדיכטע בארד האט אויסגעזען םײ שבת ׳םײ יום־טוב, און בפרט אין דער װאכן, װי אן אנגעשטאפטער שפײכלער מיט ברױנע רעטשקע און געל ן הירזש. אנטקעגן דער קאשע־מיל, פון דער אנדערער זײט גאס, איז געװען די אכסניא פון לײבעלע משה פעלטעם, וועלכער פלעגט שרײבן װי געדרוקט רומישע אדרעסן׳ ימים־נוראים געדאװנט אין חיה־שרהס בית־מדרש און פארן אנהײבן א ויגון פלעגט ער אבים טאן א צװענגעלע, װאם האט אויסגעזען װי א דיקע הארנאדל אן עס צושטעלן צום אויער. מען האט געזאגט, אז דאס איז א ״קראמערטאן״ און אז ער זינגט פון נאטן.

passage_292ee9d77b8b59436a8358d5
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1165-2286

ר׳ בערל און אברהמעלע זענען צוגעקומען צו דער ראגאטקע, ארוים פון שטאט, אדורך די הילצערנע בריק, אונטן וועלכער עס איז געליגן א פארעיפועזט טײכל, אראפ פון שאם ײ אויף א שמאלער םטעזשקע, וועלכע האט זיך זיגזאגיש געצויגן און געצויגן דורך א גרינער לאנקע ביז צו א בערגל, וואס איז געווען ארומגעצוימט מיט א הילצער־ נעם פלויט. דאס איז געווען דער שטאטישער בית־עולם. ארײנקומענדיק אינעװייניק זענען בײדע שטײן געבליבן. ר׳ בערל האט געקוקט גלײך װי ער װאלט עפעס געזוכט און אברהמעלע האט געציטערט פאר שרעק, וואס די בית־עולם־שטילקײט האט אויף אים ארויפגעװארפן. דאם ערקזטע מאל איז אברהמעלן אויסגעקומען צו זײן אויף א בית־עולם. אים האט זיך געדאכט, אז זיי זענען ארײנגעפאלן אין א שטאט, ווו אלעמענטשן שלאפן. נעבן א קאלט שטיבעלע, געמויערט פון שטײן, איז געשטאנען אן אױםגעקרימטער בוים, װי אן אלטער נאכטװעכטער, װאם קוקט מיט האלב־פארעזלאפענע אויגן, װאם בענקען נאך דעם פרימארגן. די װילדע בית־עולם־גראזן האבן זיך אנטקעגן זיי א שאקל געטאן, גלײך װי זיי װאלטן געסרעגט; וואס ווילט איר דא? און גלייך נאך א מאל — װאם ווילט איר דא?

passage_f07a99b26c05f58344a503d2
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2288-2811

ר׳ בערל האט אנגעהויבן גי ק צװישן די קברים, ארן אברהמלע נאך אים. אויף א וױיסן שטיץ זענען א פאר שװארצע הענט אויסגעקריצט געװען וױ בײ א כוהן צום דוכנען, אברהמלע האט פארשטאנען, אז דארט ליגט א כוהן. אויף אן אנדער שטײן איז א קריגל אויסגעקריצט געװען — דא ליגט א לוי — האט ר׳ בערל געזאגט, א, ץ נאך א לוי און נאך א כוהן, אזוי זענען זיי ביידע, טריט נאך טריט, געגאנגען, צװישן כוהנים, לװײם און םת ם ישראלים, צניעותדיקע, װאם האבן זיך װי באהאלטן אונטער פראםטע אפגעריבענע

passage_dc90adadc54b9d139f4026aa