Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 304
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-853

300 םסד לוקאװ צום הימל, ער האטא רייב געטאן די הענט איןא שטיץ און געמאכט ״שכווזו וגבורתר מלא עולם״. אברהמלע האט אויךא רײב געטאן און די זעלבע ברכה געמאכט. ר׳ בערל איז שטיל געשטאנען, אויפן קבר געקוקט, בלויז זײנע אויגן האבן װי גע־ רעדט, ניץ, געפרעגט, און אפשר גאר דערצײלט אדער נעבעטן, און זײ זענען װײטער געגאנגען• — דאם איז דער קבר פון זיידן ר׳ גחמן— האט ר׳ בערל פלוציםא זאג געטאן, אנװײזנדיק דערביי אויףא פרישן קבר און שטיל וױיטער גערעדט.— ר׳ נחמן מלכהלעס האט מען אים גערופן. זי איז געװען די שפײזערין און ער איז געזעסן על התורה ועל העבודד״ אין דער צײט פון דער מגפד״ דעמאלט װען מען האט אים געפונען אײנגעהילכ׳ אין טלית איבערן זוהר, האט ער זיך אנטקעגנגעשטעלט דעם מלאך המװת, ער איז נפטר געוואח, אבער די מגפה האט גליױ אויפגעהערט.

passage_cb44324b3653bbf821fc0d53
Passage 2normalized OCR · source chars 855-2430

— און דא ליגט דער ״נםתר״ ר׳ בער,— האט ר׳ בערל אנװײזידיק אויףא דריטן קבר געזאגט— ער איז אלע דינע יארן געװעןא פרוש. גערופן האט מען אים ר׳ בעו תם, וױיל ער האט פמ קיץ צורת מטבע נישט געוװםט. טאג און נאכט, זײן גאנץ לעבן, איז ער אפגעזעםן אין בית־מדרש איןא װינקעלע נעבן אויװן. אין פארנאכטן פלעגט ער אויפשטײן, ארויםגיין אין מארק, צוזאמעננעמען קינדערלעך, זײ ארײנפירן אין פאליש, אויסשטעלןא ראד, זיך אריינשטעלן אין מיטן, און מיט די אויפן הויכן קול קריאת שמע לײענען.— ר׳ בערל האט זיך פארטראכט, װי אײנער, װאס װיל זיך אין עפעם דערמאנען, און וױיטער גערעדט־— מיץ טאטע ע״ה האט מיר דערצײלט, אלע נאכט נאך תצות פלעגט צו אים קומען ר׳ בער אין דער בעקעריי מיט אים תורה לערנען. יעה צוױיטן טאג איבעחזזח װאם מען האט נעכטן געלערנט, און וױיטער לערנען. נאר אײן מאל איז געשען, װי ר׳ בער איז נישט געקומען. דער טאטע האט געװארט און גע־ װארט, און ר׳ בער איז אלץ נישט געקומען, ער איז אויפגעשטאנען, אװעק אין בית־מדרש זען װאס עם איז געשען. װי דער טאטע איז ארײנגעקומען אין בית־מדרש, האט ער דער־ הערטא קול. דאם קול איז געװען װיא טיפער, שטילער קרעכץ פון אן אינעוױיניקםטן יאמער, װעןא מענטש האלט אט־אט בײם אויםגײן. דער טאטע איז מיט אן אימפעט צוגעלאפן. ר׳ בערם אויגן האבן װי בלאנדזשענדיק עפעס געזוכט. ער האט אנגעכאפט דעם טאטנם האנט און װי מיט די לעצטע כוחות דינע געזאגט:— ישראל יצחק, דײן בכור, װעלכער װעט בײ דיר געבוירן װערן זאלסטו רופן בערל׳ בערל, בערל— דרײ מאל איבערגעחזרט...

passage_891b6584858ba3cfcc36cee6
Passage 3normalized OCR · source chars 2432-2913

פאר טאג, װען דער עולם איז זיך צוזאמענגעקומען אין בית־מדרש, האבן זײ געזען וױ ר׳ בערם האגט ליגט אויפן הארץ, װי אײנער װאס שלאגט זיך על חטא. די אויגן געשלאסן אץ דאס פנים צעקזמייכלט... ד״אבן אלע געזאגט, אז ר׳ בער איז נפטר געװאדן בנשיקד-.. ביי דץ לװיה זענען אלע חדר־קינדער פץ דער גאנצער שטאט געגאנגען מיט די מלמדים און באהעלפערס פארוים פאר דץ מיטה און אןא שיעור מאל איבערגעחזרט דעם פסוק) ״מפי עוללים וױנקים יסדת עח״,

passage_6ec758317af5fec0417a624c