Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 306
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1254

302 םםר לוקא װ לעםל ױיד, האט ער זיך םארקרימט און געזאגט פע׳ מ׳פילט חל3 ביי ם אויסטיילן די פארציעם פלייש האט מען אין דעם פופיקל געפונען א פארזשאװערטע נאדל... זיין בקיאות אין ש״ם, אין פוםקים, איז געװען מײחלדרך הטבע. אויפן עלטער איז ער לא עלינו געװארן א ״םגי נהור״, נאר אז מ׳האט אים עפעס געפרעגט װעגן לערנען, פלעגט ער ארויםנעמען א גמרא, א ״פני יהושע״ אדער גאר א ״ױר ה דעה״, אויפמישן און אנגעװיזן מיטן פינגער גלײך װי ער װאלט זעעװדיק געװען. יום־כיפור פלעגט ער ארײנשיטן קײלעכיקע ארבעם אין זײנע זאקן און שטיץ אויף די פים םון ״ק ם ר ׳ שמעון״ ביז ״לשנה הבאה בירושלים״. מײן רבי איז ער געװען. ביז בר־מצװה האב איך טון זײן מויל תורה געלערנט, נאר װען כ האב אנגעהויבן לייגן תפילין, האט ער מיך אריינגערופן און געזאגט: ״חפץ חיים אוהב ימים״ — דער װאם װיל לערנען תורה װעלכע הײםט ״חײם״, װי עס שטייט ״עץ חיים היא למחזיקים בה״ — אוהב ימים, דארף ליב האבן צו עסן טעג... ער האט מיר געגעבן א ברױו צום ראש־ הישיבה און בײם געזעגענען זיך געזאגט: ״למען השם, פארגעם נישט, בערל, תפילת הדרך, איידער דו גייסט ארויס, און אז דו װעסט איה״ש גרויס װערן און װערי א מענטש, זאלסטו זיך מיט דײנע קינדער אויך אזוי פירן״...

passage_0fce3da62b7b89107ee5968c
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1256-2453

גלײך אױף צו מארגנם, נאכן ערשטן מנין, האב איך גענומען מײנע תפילין, א קלי? פעקעלע װאם די באבע מלכה האט פאר מיינעטװעגן איינגעפאקט, אפגעזאגט תפילת הדרך און בין אװעק אין דער לאמזשער ישיבה. ד׳ בערל איז פלוצימ געבליבן. געקוקט אויפן קבר, אױף די װענט, אױף די פארגעלטע קװיטלעך, װעלכע זענע געװען ארײנגעשטעק ט אין די װאנט־שפאלטן. אברהמלען האט זיך אנגעהויבן דאכטן, אז דאס זענע גארנישט קײן קװיטלעך, נאר אנגע־ װײטיקטע הערצער, װעלכע האבן זיך דא אינעם אוהל אויפן קבר פון ר׳ אברהמלע דיין אויסגעגאסן... פלוצימ האט א בלאז געטאן א װינט, די קװיטלעך האבן זיך װי א הײב געטאן, אריבער פון איצ ארט צום אנדערן, פון אײן װינקעלע אינעם אנדערן, זיך גע־ װאקלט, געבויגן װי מענטשן בשעת זיי װײנען, בעטן. אנדערע זענען אװעקגעפאלן און געבליבן ליגן װי פארחלשטע, נאר עטלעכ ע פון זיי, צװײ אדער דרײ, האבן געפרװוט זיך שגצן און זענע מיט חוצפה געלאפן אהין און צוריק, פון איין זײט קבר צום אנדערן, געמאכט װיאן הקפה ארום און ארום. עס האט װידער א בלאז געטאן װיאן אויפגערגטער מענטש װען ער שרײט אויס: ״שא;״ און בלײבט שטיל, אזוי זענע ן אויך די קװיטלעך שטיל ליגן געבליבן...

passage_e69a81a5e697053a83641926
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2455-3029

ר׳ בערלא האט אויפגעהויבן דעם קאפ, א שװערן זיפץ געטאן און געזאגט, _זײן הײליקע צװאה װעל איך אפהיטן. — ענױותדיק זיך איינגעבויגן װי א תלמיד פאר זײן גרויסן רבין, און הינטערוױילעכץ, מיט גרויס דרך־ארץ, ארויסגעגאנגען. צוקומענדיק צום טויער האט ער זיך אײנגעבויגן, אויסגעריסן א פאר גרעזלעך און דײי מאל, אײנס נאכן אנדערן, איבער זיך אריבערגעװארפן, װי דער מנהג, אין דרויסן אױף דער לאנקע, נעבן א לאנגען ראװ, האבן זיך שפאצירט צװײ באטשא־ נעס װאקלענדיק, א מאל רעכטס, א מאל לינקס׳ אץ גאנץ אפט זיך מטריח געװען, אויס־

passage_b65906958a2abe217a5c1470