סםר לוקאו ו 307 טוליע, מיי ן שכ ן פו ן שװ.־יערסקע־גאס. טולי ע דע ר וואלוטע־םחזר, געזונטער / מוסקולירטער בחו ר מי ט א פעטן, רויט ן קאר ק או ן קלײנ ע חזריש ע אויגן. װען ם׳האב ן זי ך באװיז ן אוי ף ד י מויער ן ד י אויםזידלומ־פלאקאטן, אי ז ע ר ארומ־ געלאפן װ י א װילד ע חי ה אי ן א שטײג. ד י מור א פאר ן טוי ט אי ז ב ײ אי ם געװע ן אזו י גרוים, א ז ע ר הא ט באקומע ן אטאק ן פ ץ פוריע. דעמאל ט אי ז געװע ן א געפא ר צ ו געפינע ן זיך אי ן דינ ע •ד ׳ אמות. כד י צ ו פארזיכער ן זי ך פאר ן אומקום, הא ט ע ר זי ך פארשריב ן צ ו דער הילפםפאליצײ, או ן אנגעטא ן א װײם ן באנ ד אויפ ן ארבל. אינעם פינפט ן טא ג פו ן דע ר אויסזידלונ ג הא ב אי ך זי ך אוי ף קארמעליצקע־גא ס ע ק נאװאליפיע, באר.אלט ן אי ן א טויער, באמערקנדי ק א װאג ן מי ט געפאנגענ ע ײדן. דע ם װאג ן האבן באגלײ ט ײדיש ע פאליציאנטן. קײ ן דײטש ן האב ן זי ך ניש ט באטײליק ט אי ן דע ר דאזיקער אקציע. דער װאג ן אי ז געשטאנע ן א 20 מעטע ר פו ן מיר. אי ך הא ב זי ך צוגעקוקט, װ י צװ ײ פאליציאנטן האב ן געשלעפ ט א ױנגע, הויכע, בילד־שײנע, פעםט־געבויט ע מויד. אי ר פנים, דע ר קאפ, ד י שװארצ ע לאקן, ד י װילד ע גרוים ע אויגן, אי ר עקשנותדיקע ר װידער־ שטאנד — דא ס קא ן מע ן ניש ט שילדערן.
פלוצעם רײסט זי זיך ארוים פון די הענט, בלײבט א רגע שטיץ. זי װארפט פונאנדער די הענט מיט אזא כוח, אז בײדע פאליציאנטן פאלן. אבער באלד שטײען די װידער לעבן איר, איינער כאפט זי אן בײ די האר, דער צװײטער צערײסט אויף איר די בלוזע, זי רײסט זיך װידער ארויס, שלאגט, קאפעט, קלאפט — און אנטלויפט. פון אונטן דער צעריסענער בלוזע קוקט ארויס איר לײב, איר פנים אין איץ דיט — פארבלוטיקט. צװײ פאליציאנטן, פון די װאס האבן געהיטן דעם װאגן, יאגן זי נאך און באפן זי. אן ארומגערינגלטע פון פיר פאליציאנטן, קעמפט זי װידער. דאם קלאפערײ פון די גומענע פאלקעס איבער איר קאפ און קערפער הילכט אפ אין דער שטילקײט פון גאס, װי ציגל װאלטן זיך געשאט פון צעשמעטערטע מויערן. זי רײסט ארוים א פאלקע פון א פאליציאנטס האנט און דרעשעט.. . די געפאנגענע אויפן װאגן נוצט אויס די געלעגנהײט און אנטלויפן. צװײ פאליציאנטן לויפן צוריק צום װאגן. די מויד, א צעבלוטיקטע, א האלב־נאקעטע, אנטלויפט אין דער ריכטונג פון קארמעליצקע. װי פון אונטן דער ערד װאקסט אויס טוליע, מײן שכן. ער שטעלט אונטער א פֿוס פאר די פיס פון דער לויפנדיקער פרוי. זי פאלט װי אן אונטערגעשניטענער בוים. טוליע האלט פעסט די הענט פונעם מײדל. צװײ פאליציאנטן פענטען אירע פיס. א געבונדענע, אפגעמאטערטע שלעפן זיי צום װאגן.
טוליע פאררויכער ט א ציגארעט. אין דעם אויגנבליק באקומט ער א זבענק מיט א טאמאטע צווישן די אויגן. טוליעס פרצוף ווערט באגאסן ווי מיט בלוט. פץ עװאמעלישן שפיטאל האט א פאליאק, װײזט אויס, געצילט און געטראפן. טוליע װישט מיטן ארבל דאס פנים. דער װאגן פארט אפ.