Original scan
Original memorial-book scan 335
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1173

ספר לוקאוו 331 פון16 ביז60 יאר זאלן זיך זאמלען אויפן מארק. פון דארט האט מען אונח אװעק־ געשיקט קײן ראגאשניצע, דאמניק און זארצע׳ וװ מען האט פארברײטערט דעם שקנא־ טײך׳ װאם שנײדט דורך לוקאװ. די ארבעט האט זיך געפירט7 קילאמעטער פון מעזדיטש. מיך האט מען געשיקט קײן ראגאשניצע. דארט זענען מיר געװען ביז500 ײדן פון לוקאװ. מיר האבן געארבעט אין צװײ שיכטן. אונדזער אויפגאבע איז געװען אויםצוברײ־ טערן דעם שקנא ביז15 מעטער די ברײט. דער קאמענדאנט פון ארבעטם־לאגער, לישקא, איז געװען אן אמתער אויםוװרף. אײן מאל, בעת אן אפעל לכבוד די געקומענע פארשטײער פון דעד צענטראלער װאםער־ לײטונג, לאנגער און טיםענטאל, האט ױםף בעקער זון, לײבל, געחלשט פון לאנגן שטײן און פון אנשטרענגונג. לישקא אט אים געהײםן אװעקנעמען און דערשיםן. דאם איז געװען אונדזער ערשטער קרבן. שפעטער איז דערשאםן געװאה לײבל קארפיקאטש. אײן מאל, נאכן ענדיקן די ארבעט, האט ער אונדז געפירט זיך באדן. דאם װאםער איז געװען טיף. צװישן אונדז איז געװען שמואל ליתער קאץ, װאם האט נישט געקענט שװימען, האט ער אין װאםער זיך צוגעהאלטן בײא קוםט. דאם האט דערזען דער דײטשן פײניקן ײדן

passage_094ae2df73d7d38acb159878