ספר לוקאו ו 331 פון 16 ביז 60 יאר זאלן זיך זאמלע ן אויפן מארק. פון דארט האט מען אונז אװעקגעשיקט קיין ראגאשניצע, דאמניק און זארצע, װאו מען האט פארברײטערט דעם שקנאטײך, װאם שנײדט דורך לוקאװ. די ארבעט האט זיך געפירט 7 קילאמעטער פון מעזדיטש. מיך האט מען געשיקט קיין ראגאשניצע. דארט זענען מיר געװען ביז 500 ײדן פון לוקאװ. מיר האבן געארבעט אין צװײ שיכטן. אונדזער אויפגאבע איז געװען אויסצוברײטערן דעם שקנאטײך ביז 15 מעטער די ברײט. דער קאמענדאנט פון ארבעטס־לאגער, לישקא, איז געװען אן אמתער אויסװארף. אײן מאל, בעת אן אפעל לכבוד די געקומענע פארשטײער פון דער צענטראלער װאסער־לײטונג, לאנגער און טיםענטאל, האט יוסף בעקער זון, לײבל, געחלשט פון לאנג שטײן און פון אנשטרענגונג. לישקא האט אים געהײסן אװעקנעמען און דערשיסן. דאם איז געװען אונדזער ערשטער קרבן. שפעטער איז דערשאסן געװארן לײבל קארפיקאטש. אײן מאל, נאכן ענדיקן די ארבעט, האט ער אונדז געפירט זיך באדן. דאם װאסער איז געװען טיף. צװישן אונדז איז געװען שמואל ליתער קאץ, װאם האט נישט געקענט שװימען, האט ער אין װאסער זיך צוגעהאלטן בײ א קוםט. דאם האט דערזען דער דײטשן פײניקן ײדן
Original scanEvidence located
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1173
passage_094ae2df73d7d38acb159878