Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 343
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1400

םםר לוקאוו 339 אין גיכן זענען כמעט אלע מײנע באקאנטע אפגעפארן קיץ וױיםרוסלאנד אויף אן ארגאניזירטן אופן. איך בץ געבליבן װארטן אויף מיץ משפחה. הױת װי מיץ משפחה איז געקומען נאקעט און בארװעס, האב איך באשלאסן זיך אומצוקערן קיץ לוקאװ נאד א ביסל זאכן. און אפשר, האב איך געטראכט, װעט עמעצער פון די נאענטע װעלן מיטפאח• אין אנהײב יאנואר1940 בין איך בײ מאלקין אדיבער די גרענעץ. אץ שטעטל טרעף איך די נאענטע טרויעריק און פארצװײפלט. די היטלעריםטן הײבן אן וױיזן, װאס זײ קענען. פאר נאכט פארהאקט מען טיר אץ טויער. די דײטשן גײען ארום איבער די שטובן און שלעפן ארויס, װאם זײ געפעלט. מען זיצט אין דער פינצטער אץ מ׳הערט זיך איץ אין יעדן שארך. משה אהרון ליםעביקער איז שוין װידער אויפן פערד. ער ארבעט אויף אלע זײטן. ער איז דער םפעץ אויף איבערקויפן די געםטאפא־לײט. ער טראגט די געמזענע שטיו^', פוטערס און אנדערע טײערע חפצים, און דערפאר קען מען דא נאך ארויםגײן אין גאם און די דײטשן זאלן נישט כאפן צו דער ארבעט, װי אין אנדערע שטעט. אויף אזא אופן איז געלונגען אראפצונעמען די ײדן פון אן עשאלאן, װאם די דײטשן האבן פון דער דײטש־פוילישער גרענעץ געשיקט קיץ לובלין. די מענטשן זענען געװען נאקעט און הונגעריק. אין יעדער שטוב האט מען ארײנגענומעןא פאמיליע פון עשאלאן. די לוקאװער יידן האבן זיך געטײלט מיטן ביסן ברויט און מיטן געלעגער•

passage_1973c503462944de80c85ec5
Passage 2normalized OCR · source chars 1402-2787

א װאך צײט בין איך דאס מאל געװען אין לוקאװ. איך האב אײנגעטענהט מיט מײנע נאענטםטע, אז מען דארף אװעק פון דארט. לײדער זענען זײ נישט געװען גרײט צו לאזן אלץ און אװעק איןא שװערן װאנדערװעג.א סך פון זײ האבן געטרוימט צו פארן קײן ארץ ישראל, און פון רוםלאנד, האבן זײ געטראכט, איז נישטא קיץ װעג אויף צוריק. אנדערע האבן נישט געקענט זיך צעשײדן מיט די משפחות אץ איבערלאץ דאם ביםל פאדמעגן, װאם מ׳האט דערװארבן מיט שװערער מי. און אויסער דעם האט מעז דעמאלט דערצײלט פאנטאםטישע מעשױת, אז די מלחמה װעט נישט דויערן מער װי עטלעכע חדשים. בערלין װערט באמבארדירט, ענגלאנד און פראנקרײך װעלן שנעל פארענדיקן מיט די דײטשן. אין יענע גורלדיקע טעג האט מען געדארפט זיץ דרייםט אץ דעצידירט. אונדזערע נאענטע זענען על פי רוב דאס נישט געװען. איך האב אײנגעפאקטא ביםל מלבושים איןא זאק. איןא רעגנדיקן טאג האב איך זיך געזעגנט מיט מיינע טײערםטע. די שטימונג איז געװעןא געדחקטע. איך האב אבער נישט געגלייבט, אז מיר װעלן זיך שוין קײן מאל נישט זען. אין שטעטל מארדי בין איך אריבער דעם בוג. איך בין אנגעקומען קיץ ראװנע, וװ עס האט אויף מיר געװארט מיץ משפחה. איןא װאך ארום זענען מיר מיט אן עשאלאן ״בעזשענצעם׳' (פליטים) אפגעפארן אין טיף רוסלאנד, וװ מיר האבן די שװערע מלחמה־ יארן איבערגעלעבט פארהעלטנישמעםיק נישט שלעכט. * מערץ, 1946.

passage_299bf272751a11a0ee1af2e4
Passage 3normalized OCR · source chars 2789-2868

מיר פארן צוריק אהײם, אין דעם גרויסן עשאלאן רעפאטריאנטן פאח קריסטן אץ

passage_0db2e77295fd52132b37dfcf