30 םפד לוקןזװ מהר״ם אוןא זון פון ר׳ שאול װאהל, װאם בײ אים איז געװען תורה און גדולה צוזאמען. אויב מיר זאלן אננעםען, אז די בײדע ר׳ יעקבם זענען אויטענטיש. קומט אוים, אז דער ר׳ שלמה זלמן איז געװען גאר ױנג, װען זײן פאטער איז געשטארבן. מיר װײסן, אז ר׳ יעקב איז נפטר געװארן אין יאר שם״ט (1609) און ר׳ שלמה זלמן איז נפטר געװארן אין יאר תט״ו (1056), ד. ה. ארום47 יאר זענען אפגעלאפן צװישן די פטירות פון דעם פאטער און זון. אין פאל, װען די בײדע ר׳ יעקבם זענען נישט אויטענטיש, האבן מיר צו טאן מיט צװײ באזונדערע רבנים. פון דעם אויבנדערמאנטן באקומט זיךא בילד, אז דאס רבנות אין לוקאװ איז פאר צענדליקער יארן געװען אין די הענט פון דער בארימטער װאהל־ אדער קאצינע־ לנבויגן־משפחה. אגב, די דאזיקע משפהה האט באזעצט מיט אירע זין, אײניקלעך און אײדעמס די רבנות־שטעלעם אין דער געגנט. אירע קינדער זענען געװען רבנים אין בריסק, מעזריטש, לוקאװ, קאצק, םעמיאטיטש א. א. אנדערע האבן פארנומען דאס כםא־הרבנות אין לעמבערג, קײדאן, םלוצק און אפילו אין דײטשלאנד.
אין ״שם הגדולים החדש״י- געפינען מיר נאךא ״זלמן לוקאװער״. ער װערט באצײכנט אלם ״הרב החםיד מקובל אליהו בן אחותו של הגאון בעל תבואת שור״. מיר קענען אננעמען, אז ער איז געװעןא מיטגליד פון דער אויבנדערמאנטער משפחה. אבער איז נישט אויטענטיש נישם מיט דעם רב ר׳ שלמה זלמן און נישט מיט דעם צוױיטן ר׳ שלמה זלמן׳ ר׳ יעקבס זון. מיר באזירן אונדזער השערה אויפן פאקט, װאם דער ר׳ ״זלמן לוקאװער״ איז געװעןא שװעסטערן־זון פון בארימטן ר׳ זלמן שור, מחבר פון דעם ״תבואת שור״. מיר װײםן, אז ר׳ זלמן, זײן פעטער, איז נפטר געװאת אין יאר תל״ד (1685). שפעטער װי די צוויי אויבנדערמאנטע ר׳ שלמה זלמנס זענען געשטארבן.א פשיטא, דער פלימעניק— ער איז דאך אװדאי געשטארבן שפעטער, װי די אויבנדערמאנטע. איז ער דאך געװען פיל ײנגער װי דער פעטער. דער לוקאװער רב ר׳ שלמה זלמן איז װארשײנלעך געװעןא גרויםער תורה־ אויטאריטעט און באקאנט אין לאנד. דאס קען מען דרינגען פון דעם פאקט, װאם ער געפינט זיך אפט צװישן די מםכימים אויף דערשינענע םפרים צחאמען מיט נאך גדולי־הרבנים אין פוילן.
מיר געפינען זײן הםכמה אויפן ״קטורת הסמים״,א פירוש אויף תרגום ױנתן בן עוזיאל, װאם ר׳ מרדכי בהרב נפתלי פון קראקע האט מחבר געװען. די הםכמה האט ער געגעבן אין יאד ת״ז און ער חתמעט זיך דארט ״שלמה זלמן בן הגאון מהורר אברהם (אדער אבראשקי) ז״ל מבית קאצינאילנבוגין״. אינעם זעלבן יאר חתמעט ער אויךא הסכמה אויפן םפר ״בית יעקב״,א מוסר םפר, װאם ס׳האט מחבר געװען אײנערא ר׳ יעקב בהרב נפתלי פון גניעזין. איבער דער הםכמה שרײבט דער מחבר װעגן דעם הסכמה־געבעד: הסכמת הגאון הגדול אב״ד (אב בית דין) ור״מ (וראש מתיבתא) דק״ק לוקאב. אויך דא חתמעט דער רב ״נאום שלמה זלמן קאצינאילנבוגין בן כבוד מהר״א (מורנו הרב ר׳ אברהם) ז״ל״.