30 םפדלוקןזװ מהר״ם און א זון פון ר׳ שאול װאהל, װאם ביי אים איז געווען תורה און גדולה צוזאמען. אויב מיר זאלן אננעמען, אז די בײדע ר׳ יעקבס זענען אויטענטיש. קומט אויס, אז דער ר׳ שלמה זלמן איז געווען גאר יונג, װען זײן פאטער איז געשטארבן. מיר װײסן, אז ר׳ יעקב איז נפטר געווארן אין יאר שם״ט (1609) און ר׳ שלמה זלמן איז נפטר געווארן אין יאר תט״ו (1056), ד. ה. ארום 47 יאר זענען אפגעלאפן צווישן די פטירות פון דעם פאטער און זון. אין פאל, װען די בײדע ר׳ יעקבס זענען נישט אויטענטיש, האבן מיר צו טאן מיט צװײ באזונדערע רבנים. פון דעם אויבנדערמאנטן באקומט זיך א בילד, אז דאס רבנות אין לוקאװ איז פאר צענדליקער יארן געווען אין די הענט פון דער בארימטער װאהל־אדער קאצינע־ לנבויגן־משפחה. אגב, די דאזיקע משפחה האט באזעצט מיט אירע זין, אײניקלעך און אײדעמס די רבנות־שטעלעך אין דער געגנט. אירע קינדער זענען געווען רבנים אין בריסק, מעזריטש, לוקאװ, קאצק, םעמיאטיטש א. א. אנדערע האבן פארנומען דאס כםא־הרבנות אין לעמבערג, קײדאן, םלוצק און אפילו אין דײטשלאנד.
אין ״שם הגדולים החדש״י - געפינען מיר נאך א ״זלמן לוקאװער״. ער װערט באצײכנט אלם ״הרב החםיד מקובל אליהו בן אחותו של הגאון בעל תבואת שור״. מיר קענען אננעמען, אז ער איז געװען א מיטגליד פון דער אויבנדערמאנטער משפחה. אבער איז נישט אויטענטיש נישם מיט דעם רב ר׳ שלמה זלמן און נישט מיט דעם צװײטן ר׳ שלמה זלמן, ר׳ יעקבם זון. מיר באזירן אונדזער השערה אויפן פאקט, װאם דער ר׳ ״זלמן לוקאװער״ איז געװען א שװעסטערן־זון פון בארימטן ר׳ זלמן שור, מחבר פון דעם ״תבואת שור״. מיר װײםן, אז ר׳ זלמן, זײן פעטער, איז נפט ר געװא ת אין יאר תל״ד (1685). שפעטע ר װי די צװײ אויבנדערמאנטע ר׳ שלמה זלמנם זענען געשטארבן. א פשיטא, דער פלימעניק — ער איז דאך אװדאי געשטארבן שפעטע ר, װי די אויבנדערמאנטע. איז ער דאך געװען פיל ײנגער װי דער פעטער. דער לוקאװער רב ר׳ שלמה זלמן איז װארשײנלעך געװען א גרויסער תורה־ אויטאריטעט און באקאנט אין לאנד. דאס קען מען דרינגען פון דעם פאקט, װאם ער געפינט זיך אפט צװישן די מםכימים אויף דערשינענע םפרים צוזאמען מיט נאך גדולי־הרבנים אין פוילן.
מיר געפינען זײן הסכמה אויפן ״קיצור ת הסמים״, א פירוש אויף תרגום יונתן בן עוזיאל, װאם ר׳ מרדכי בהרב נפתלי פון קראקע האט מחבר געװען. די הסכמה האט ער געגעבן אין יאד ת״ז און ער חתמעט זיך דארט ״שלמה זלמן בן הגאון מהור״ר אברהם (אדער אבראשקי) ז״ל מבית קאצינאילנבוגין״. אינעם זעלבן יאר חתמעט ער אויך א הסכמה אויפן םפר ״בית יעקב״, א מוסר םפר, װאם ס׳האט מחבר געװען אײנער א ר׳ יעקב בהרב נפתלי פון גניעזין. איבער דער הסכמה שרײבט דער מחבר וועגן דעם הסכמה־געבעד: הסכמת הגאון הגדול אב״ד (אב בית דין) ור״מ (וראש מתיבתא) דק״ק לוקאב. אויך דא חתמעט דער רב ״נאום שלמה זלמן קאצינאילנבוגין בן כבוד מהר״א (מורנו הרב ר׳ אברהם) ז״ל״.