Original scan
Original memorial-book scan 360
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1414

356 ספר לוקאװ צו צען ײדן. אין מערץ האבן זײ דערהרגעט47 פערזאן׳ מענער און פרויען: דעם 31םטן אפריל—49 פערזאן. אין דארף סטעך האט מען אומגעבדאכט עטלעכע ײדן סתם אזוי זיך׳ אויףא שפיל צו טאן זיך: אײנעם דערפאר, װײל ער האט געהאט די חוצפה צו זיץ העכער פון זשאנדאר. אין םעפטעמבער1942 האט מען ארויםגעפירט פון שעדלעץ בערךא20 טויזנט ײדן. טויזנט פון זײ האט מען דערהרגעט תיכף בײם כאפן און ארײנשטופן זײ אין די װאגאנען. מענטשן האבן דערצײלט פארשידענע שרעקלעכע זאכן׳ װאם דארט האט זיך אלץ אפגעטאן. באלד דערנאך איז געקומען קײן לוקאװא צוג׳ כדי צו פארנעמען אנדערע ײדן. מען דערצײלט׳ אז זײ האט זיך אײנגעגעבן אויםצוקויפן זיך מיט10 קילא גאלד. מיר שײנט, אז דאם האט געקענט מעגלעך זײן. איך מײן אבער׳ אז די הויפט־ סיבה דערפון, װאס מ׳האט דעמאלט נישט ארויסגעפירט די לוקאװער ײדן, איז געװען דער פאקט, אז דא איז קײן געטא נישט געװען. די ײדן האבן געוװינט איןא סך פונקטן פון שטאט, און אזא אקציע װאלט אפשר זיך נישט אײנגעגעבן.א פאקט איז, אז דער צוג איזא לײדיקער אפגעפארן קײן מעזריטש און דארט האט מען ארײנגעשטופט אין די װאגאנען ארום10 טויזנט ײדן. אזוי ארום האבן די לוקאװער ײדן געוװנעןא חודש לעבן,א לעבן, װאם האט זיך אויסגעדריקט אין כםדרדיקן װארטן אויףא שוי־ דערלעכן טויט. אין מיטן חודש םעפטעמבער איז דערשינעןא פארארדענונג צו שאפן אין לוקאװ

passage_2331d64ab0cb43ea958f5d9a
Passage 2normalized OCR · source chars 1416-1449

בעת דער אויםזידלונג אין לוקאװ

passage_7f6175ea2314d5118380781e